Tag Archives: Lithuanian Jewish autonomy

Lithuania’s Jewish Affairs Minister Max Soloveitchik Writes to his German Counterpart in 1922


מוזייעלע פון יידישן לעבן אין דער קאָוונער ליטע

Mažasis žydų gyvenimo tarpukario Lietuvoje muziejus

Mini-Museum of Jewish Life in the Interwar Lithuanian Republic

by Dovid Katz

EXHIBIT № 3

See also: Yiddish Mini-Museum of Old Jewish Vilna


◊◊

for miniature

ד″ר מאַקס סאָלאָווייטשיק, ליטעס מיניסטער פאַר יידישע ענינים, שרבט אַ בריוול, אין 1922, צום דײַטשישן באַאַמטן פאַר מיעוטים וועגן דער רײַזע פון אַ קאָלעגע

◊◊

   אינעם דײַטש⸗געשריבענעם בריוו, אויפן אָפיציעלן בלאַנק פונעם מיניסטער פאַר יידישע ענינים, דאַטירט דעם 15טן אַפּריל 1922, מיטן אָנווײַז פון קאָוונע ווי די שטאָט פונעם מיניסטעריום, שרייבט דער מיניסטער, ד″ר מאַקס סאָלאָווייטשיק, צו זיין באַענטפערנדיקן קאָלעגע אין (וויימאַרער) דײַטשלאַנד,  ד″ר טיעדיע′ן, אים צו רעקאָמענדירן דעם קאָלעגע און דאָקטאָר פון יוריספּרודענץ נתן פײַנבערגן.

   אין בריוול שרײַבט זיך, אַז שוין צוויי יאָר וואָס ד″ר פײַנבערג פירט אָן מיט דער פּרעסע אָפּטיילונג פון יידישן מיניסטעריום אין ליטע, און אַז ער באַשעפטיקט זיך גרינטלעך סײַ מיט טעאָרעטישע און סײַ מיט פּראַקטישע פראַגן  פון נאַציאָנאַלער אויטאָנאָמיע און ענינים פון מיעוטים. דער עיקר, אַז  ד″ר פײַנבערג נעמט זיך אין וועג אַרײַן אין בערלין בכדי ממשיך זײַן די שטודיעס זײַנע, און דער קאָוונער מיניסטער בעט בײַם בערלינער קאָלעגע דעם אָנפאָרנדיקן פרײַנטלעך צו שטעלן אין פאַרבינדונג מיט די שייכותדיקע פאַראינטערעסירטע קרײַזן אין בערלין.

   נתן פײַנבערג (1895 — 1988) האָט זיך אין ליטע ניט אומגעקערט לעבן. נאָך אַ צײַט אין דײַטשלאַנד האָט ער זיך באַזעצט אין ארץ ישראל אין 1924 וואו ער איז מיט דער צײַט געוואָרן אַ גרינדער און אַ לאַנגיאָריקער צענטראַלע פּערזענלעכקײַט אין פאַקולטעט פון יוריספּרודענץ בײַם העברעאישן אוניווערסיטעט אין ירושלים.

   מאַקס סאָלאָווייטשיק (1883 — 1957) איז אַליין אויכעט אַוועק. אין זעלביקן יאָר (1922) איז ער אַריבער אין לאָנדאָן אַרבעטן פאַר דער ציוניסטישער באַוועגונג, אין 1923 האָט ער זיך באַזעצט אין בערלין, און אין 1933 אין חיפה. באַקאַנט איז ער געווען אין די שפּעטערדיקע יאָרן מיטן העברעאיזירטן נאָמען מנחם סוליאלי (סאָליעלי). נאָכן אויפקום פון מדינת ישראל אין 1948 איז ער געוואָרן דירעקטאָר פון דער נאַציאָנאַלער ראַדיאָ „קול ישראל“.


Soloveitchik lite


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
  • צען טעג אין כסלו תשע″ח \ דעם 28טן נאָוועמבער 2017
Tagged , , , , , , | Comments Off on Lithuania’s Jewish Affairs Minister Max Soloveitchik Writes to his German Counterpart in 1922