◊
◊
≡≡ פּרק ג ≡≡
(א) איר האָט אַ זאָג געטאָן נָעֳמִי די שוויגערין אירע:
„אַז כ′זוך דיר דען ניט אוֹיסעט אַ מנוחה, דיר זאָל גוט זײַן? (ב) אי′ דען די זאַך ניט אָט אַזויאָ, אַז בּוֹעַז אי′דאָך אונדזער געזינדמאַן, וואָס בינסט מיט די מיידלעך זײַנע געווען, (ג) איז אָט וואָס: ה ײַ נ ט ב אַ נ אַ כ ט ט′ער אין גערשטן⸗שײַער ווינט⸗שופלען. איז וואַש⸗זאַך אוֹיסעט, זאַלב⸗זאַך אוֹיסעט, טו⸗זאַך אָנעט די קליידל, און — אין שײַער גיי אַראָפּעט, נײַערט לאָז⸗זאַך ניט אַף באַמערקט צו ווערן, ביזקל וואַנענט ער′ט ניט אָפּענדיקן עסן און ט ר י נ ק ע ן. (ד) אַדאַמאָלסט, אַז ער′ט זאַך אַוועקלייגן, און דו′עסט דאָך שוים געוואָר זײַן דעם אָרט אַוואו ער′ט זאַך לייגן, זאָלסט אַרײַן און אַנטפּלעקן זײַן צופוסנס, איז לייג זאַך אַליין אַוועקעט. ′עט ער דיר שוים הייסן אַוואָס דו זאָלסט מאַכן.“
(ה) זאָגט זי איר:
„אַלציקעדינג אַוואָס דו זאָגסט מיר וועל איך טאָן.“
(ו) איז גייט זי אַראָפּעט צום שײַער צוצו און האָט אַלציקעדינג געטאָן אָטאַזויאָ ווי ס′האָט איר די שוויגער אירע געהייסן. (ז) אַז בּוֹעַז האָט געגעסן, און געטרונקען, און עם איז גליקלעך אַפן האַרצן געווען, איז ער אַוועק לייגן זאַך באַם ברעג פונעם קאָרן⸗הויפן. אָדאַמאָלסט איז זי שטילינקערהייט אַרײַנעט. זי האָט עם אַנטפּלעקט דעם צופוסנס. און זי האָט זאַך אַוועקגעלייגט. (ח) איז געווען אַזוי. האַלבע נאַכט, טוט ער אַ ציטער אופעט און טאַפּט אַרומעט. אָט ליגט באַ עם צופוסנס אַ פרוֹי!
(ט) זאָגט ער:
„אַווער זײַט איר?“
זאָגט זי:
„רוּתֿ, אײַער דינסט⸗מייד בין איך, אַוועט איר דען אוֹיסשפּרייטן די פליגלען פון אײַער מלבוש איבער אײַער דינסט⸗מייד, ווײַלע אַ געזינד⸗לייזער זײַט איר דאָך?“
(י) זאָגט ער:
„באַ יי אַ געבענטשטע זאָלסטע זײַן, מײַן טאָכטער! אַ′ דײַן לעצטע גוטיקײַט איז נאָך בעסער איידער די ערשטע, וואָס בינסט ניט נאָכגעלאָפן נאָך די בחורים, צי אַן אָרעמאַן צי אַן עושר. (יא) איז איצטערטאָ, מײַן טאָכטער, האָב קין מורא ניט, אַלציקעדינג אַוואָס דו זאָגסט ל′איך דיר מאַכן, אַווײַלע דער גאַנצער שטאָט⸗טויער ווייס דען אַז אַן אשת חיל בינסטע. (יב) נו, ס′טאַקע אַזוי, אַ געזינד⸗לייזער בין איך, נאָר וואָדען, פאַראַן נאָך אַ געזינד⸗לייזער וואָס איז נענטער פאַר מיר; איז —
(יג) „שלאָף אָדאָ די⸗אָ נאַכט.
„און אינדערפרי, ט′זײַן, ′עט ער דיר אוֹיסלייזן, איז גוט, ט′ער אוֹיסלייזן. ט′ער דיר ניט וועלן אוֹיסלייזן ′על א י ך דיר אוֹיסלייזן, ווי ס′לעבט גאָט! איז —
„לייג זאַך אַוועקעט ביזקל אינדערפרי.“
(יד) זי איז באַ עם צופוסנס געלעגן ביזקל אינדערפרי און איז אופגעשטאַנען נאָך איידער אַ מענטש קען אַ צווייטן דאַקענען, ער האָט געהאַט געזאָגט:
„מ′זאָל זאַך ניט דאַוויסן, אַז די פרוֹי איז אין שײַער געקומען.“
(טו) דאַצו האָט ער געזאָגט:
„גיב זשע אַהער דעם שלייער וואָס אַף דיר, און האַלט זאַך אָן עם אָנעט“,
האָט זי געהאַלטן. ער האָט אוֹיסגעמאָסטן זעקס מאָס גערשטן און אַוועקגעלייגט באַ איר.
און ער איז אָנגעקומען אין שטאָט אַרײַן.
(טז) און אַז זי איז אָנגעקומען צו די שוויגער אירע, האָט זי באַ איר אַ פרעג געטאָן:
„נו, אי′ וואָס באַ דיר?“
האָט זי איר אוֹיסגעדאַציילט אַלציקעדינג אַוואָס דער מאַנסביל האָט מיט איר געמאַכט, (יז) און געזאָגט:
„אָטאָ די זעקס מאָס גערשטן ט′ער מיר געגעבן, פאַרדאַפאַר, ער′ט געזאָגט: ,קום ניט אָנעט צו די שוויגער דײַנע מיט ליידיקע הענטʻ.“
(יח) האָט זי איר געזאָגט: „איז וואַרט זשע צו, מײַן טאָכטער, ביזקל וואַנענט דו′עסט ניט געוואָר ווערן, ווי ס′עט אוֹיספאַלן די זאַך. על⸗כל⸗פּנים ′עט דער מענטש ניט רוען ביזקל וואַנענט ער′ט ניט פאַרענדיקט די זאַך, אַנאָך ה ײַ נ ט.
◊
◊
≡≡ פּרק ד ≡≡
(א) איז בּוֹעַז אַרוף אַפן שטאָטישן טויער.
ער זיצט זאַך, און אָט גייט פאַרבײַ דער געזינד⸗לייזער אַוואָס בּוֹעַז האָט גערעדט. טוט ער עם אַ זאָג:
„העי, וואָ, יע, איר⸗זשע! טאַקע אָט⸗דער⸗בֶּן⸗אָט⸗יענעם! אַהער קערד⸗זאַך אומעט!“
האָט זאַך יענער אָפּגעקערט און האָט זאַך אַוועקגעזעצט.
(ב) נעמט ער צען לײַט פון די זִקְנֵי הָעִיר און זאָגט זיי אָנעט:
„אָטאָ דאָ זעצט זאַך אַוועקעט!“
איז האָבן זיי זאַך אַוועקגעזעצט. (ג) זאָגט ער דעם געזינד⸗אוֹיסלייזער:
„אַדי שטיק פעלד וואָס איז געווען באַ אֱלִימֵלֶכְן, אונדזער קרוב, טוט נָעֳמִי פאַרקויפן, וואָס האָט זאַך אָקערשט אומגעקערט פון די פעלדער פון מוֹאָבֿ. (ד) האָב איך פון מײַנטוועגן אַ קלער געטאָן, אַז כ′ל אײַך אַנטפּלעקן אין עווער, אַזוי⸗צו⸗זאָגן: קויפט אָפּעט, פאַר די אויגן פון די⸗אָ וואָס זיצן, און פאַר די אויגן פון די זקנים פונעם פאָלק מײַנעם — אויבע איר′ט אוֹיסלייזן, איז לייזט אָפּעט! און טאָמער ′עט אָדאָס ניט אוֹיסגעלייזט ווערן, זאָגט זשע מיר, און כ′ל וויסן זײַן. ווײַלע אַחוץ אײַך איז דאָך ניטאָ ווער ס′עט אוֹיסלייזן, סײַדן — איך בין דאָך אַנאָך אײַך, דער נאָענטסטער.“
האָט ער געזאָגט:
„כ′ל אוֹיסלייזן.“
(ה) האָט עם בּוֹעַז געזאָגט:
„דעם טאָג, אַז איר′ט באַ נֳעָמִין און באַ רוּתֿ די מואבֿישע אָפּקויפן די פעלד, ט′איר במילא אָפּקויפן די פרוֹי פונעם נפטר, כדי אופשטעלן דעם נאָמען פונעם נפטר אינאיינעם מיט די נחלה זײַנע.“
(ו) זאָגט עם דער געזינד⸗אוֹיסלייזער:
„אויבע אַזוי כ′ל איך ניט קענען אוֹיסלייזן, כ′זאָל ניט אַ תֶּל מאַכן דעם יחוס מײַנעם. איז נעמט זשע איר אַף זאַך די אוֹיסלייזונג מײַנע, ווײַלע איכ′ל ניט קענען לייזן.“
(ז) אָטאַזויאָ איז פרייער געווען אין ישראל באַם גואל זײַן, און באַם ממלא⸗מקום זײַן. אַף מקיים זײַן איטלעכע זאַך האָט איינער אַראָפּגענומען אַ שוך און געגעבן דעם צווייטן, אָט אַזויאָ איז דער סימן עדות אין ישראל געווען.
(ח) טאָ האָט דער אוֹיסלייזער אַ זאָג געטאָן בּוֹעַזְן:
„קויפט אָפּעט!“
און האָט אַראָפּגענומען זײַן שוך. (ט) האָט בּוֹעַז די זקנים און דעם גאַנצן עולם געזאָגט:
„עדות זײַט איר באַם הײַנטיקן טאָג אַז איך האָב דען אָפּגעקויפט אַלציקעדינג וואָס באַ אֱלִימֵלֶכְן, און אַלציקעדינג וואָס באַ כִּלְיוֹנען און באַ מַחְלוֹנען פון האַנט פון נֳעָמִין! (י) און דער עיקר, האָב איך זאַך אָ′געקויפט פאַר אַ ווײַב רוּתְֿן, די מואבֿישע, די פרוֹי פון מַחְלוֹנען, בכדי אופשטעלן דעם נאָמען פונעם נפטר אינאיינעם מיט זײַן נחלה. טאָ זאָל דער נאָמען פון נפטר ניט אָפּגעשניטן ווערן: ניט באַ זײַנע מקורבים, ניט באַם טויער פון זײַן שטאָט…
„הײַנט זײַט איר עדות!“
(יא) האָט גאָר דער עולם וואָס באַם טויער מיט די זקנים אַ זאָג געגעבן:
„עדות! —
„זאָל גאָט געבן, אַז די פרוֹי וואָס קומט אָנעט אין אײַער הוֹיזגעזינד — אָט אַזוי ווי רחל און אָט אַזוי ווי לאה, אַוואָס זאַלבענאַנד האָבן זיי אופגעבוֹיט דעם בית ישראל —
„איז אין אפרת גבורות טוט אופעט,
„און אין בֵּית⸗לֶחֶם אַ נאָמען שטעלט זשע אופעט! —
(יב) „און אײַער הוֹיזגעזינד זאָל אָט אַזוי זײַן ווי פֶּרֶצעס הוֹיזגעזינד, אַוואָס תָּמָר האָט יהודהן געבאָרן, אַזש פון פרוכפּערקײַט אַוואָס יי ט′אײַך געבן פון אָטאָ דיאָ יונגע מיידל.“
(יג) האָט בּוֹעַז גענומען רוּתְן. און זי איז עם פאַר אַ ווײַב געווען. און ער איז באַ איר אָנגעקומען. און גאָט האָט איר טראָגעדיקײַט געגעבן. און זי האָט געוואונען אַ זון.
(יד) האָבן די פרוֹיען גענומען זאָגן נָעֳמִין:
„געבענטשט איז גאָט, וואָס האָט אײַך הײַנט ניט אָפּגעשטעלט קין אוֹיסלייזער, איז זאָל מען אין ישראל זײַן נאָמען אוֹיסרופן! (טו) טאָ זאָל ער אַ דערקוויקער צו די נשמה זײַן, אַ פּרנסה געבער צו די עלטערע יאָרן, ווײַלע אײַער שנור, וואָס האָט אײַך האָלט האָט עם געוואונען, זי גופא איז אײַך בעסער ווי זיבן זין.“
(טז) און נָעֳמִי האָט דעם אינגעלע צוגענומען אין שויס און זי איז עם פאַר אַ האָדעווערין געוואָרן. (יז) אירע שכנטעס האָבן עם אַ נאָמען געגעבן, אַזוי⸗צו⸗זאָגן:
„אַ זון איז דען נָ עֳ מִ י ן געבאָרן געוואָרן!“
זיי האָבן עם אַ נאָמען גערופן: עוֹבֵֿד. ער איז דאָך דער טאַטע פון יִשַׁי, וואָס איז דאָך דער טאַטע פון דָּוִדְן.
(יח) און אָט זײַנען די דור⸗דורות פון פֶּרֶצְן:
פֶּרֶץ האָט געבאָרן חֶצְרוֹנען. (יט)
און חֶצְרוֹן האָט געבאָרן רָמְען.
און רָם האָט געבאָרן עַמִּינָדָבְֿן. (כ)
און עַמִּינָדָבֿ האָט געבאָרן נַחְשׁוֹנען.
און נַחְשׁוֹן האָט געבאָרן שַׂלְמָהן. (כא)
און שַׂלְמוֹן האָט געבאָרן בּוֹעַזְן.
און בּוֹעַז האָט געבאָרן עוֹבֵדְן. (כב)
און עוֹבֵד האָט געבאָרן יִשַׁין.
און יִשַׁי האָט געבאָרן דָּוִדְן.
◊
חזק
◊
ערב שבועות תשע″ו
◊
אַ האַרציקן יישר⸗כח:
מיכאל מאַסאַרסקי און שיין בייקער (ביידע: ניו⸗יאָרק), און נעסע אָלשאַנסקי אַשטאַר (עשתר) (טאָראָנטאָ) פאַר זייערע תיקונים און פאָרשלאָגן. פאַרשטייט זיך, אַז די פולע אחריות פאַר שוואַכקײַטן און טעותן טראָגט דער בעל⸗התרגום אַליין.
◊
Draft translation into the Yiddish of easterly regions of the old Province of Vilna by Dovid Katz (© Dovid Katz, Vilnius 2016). See also I Kings, II Kings, Jonah, Lamentations, Daniel and Esther.