Shimshon Meltzer’s Hebrew Translation of Méyshe Kúlbak’s Poem ‘Vilna’


by Dovid Katz                                            Index in English

  ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן ע″ו (76) 

שמשון מעלצערס איבערזעצונג אויף העברעאיש פון משה קולבאַקס באַוואוסטער פּאָעמע „ווילנע“

  משה קולבאַקס באַליבטע פּאָעמע „ווילנע“, וואָס איז צוערשט דערשינען אין דער ניו⸗יאָרקער „צוקונפט“ איז 1926 איז אַ סך מאָל איבערגעדרוקט געוואָרן (אַשטייגער אינעם ציקאָ ביכער⸗פאַרלאַגס אויסגאַבע, „משה קולבאַק: געקליבענע שריפטן“, נ.י.  1953, זז. 201 – 204).

  דאָ אין ווילנע, איז אין 1997 (אין שייכות מיטן ווילנער גאונס צוויי הונדערטסטן יאָרצײַט) דערשינען אַ קינסטלערישע אויסגאַבע פון דער פּאָעמע „ווילנע“ אין יידיש גופא און איבערגעזעצטערהייט אין נאָך זעקס שפּראַכן: דײַטש, ליטוויש, ענגליש, פּויליש, פראַנצייזיש און רוסיש.

  פעלן האָט געפעלט אַן איבערזעצונג אויף העברעאיש. טשיקאַווע, ווי אַזוי אַפילו פּראַכטפולע נאָכמלחמהדיקע ביכער זײַנען צומאָל עלול מען זאָל אין זיי פאַרגעסן. אין תש″ל (1969 – 1970) איז בײַ דער ייוואָ אין לאָס⸗אַנדזשעלעס דערשינען דער ריזיקער יובל⸗בול לכבוד אברהם גאָלאָמבן: „חסד לאברהם: ספר היובל לאברהם גולומב \ צו זײַן אַכציקסטן געבוירן⸗יאָר“. אינעם רײַכן באַנד (916 זז.) טרעפט מען אַ סך מאַטעריאַל צו דער פאַרמלחמהדיקער ווילנע.

  אין דער אָפּטיילונג „לידער געווידמעט דעם בעל היובל“ געפינט זיך טאַקע די העברעאישע איבערזעצונג פון קולבאַקס „ווילנע“  (זז. 233 – 236). די איבערזעצונג איז פונעם באַוואוסטן (גאַליציש⸗געבאָרענעם) ישראלדיקן רעדאַקטאָר, פּאָעט און איבערזעצער שמשון מעלצער (1909 – 2000). פאַרשטייט זיך אַז דער סטיל פון מעלצערס העברעאיש איז ניט אין הײַנטיקן איווריט און מען דאַרף נאָך זײַן באַהאַוונט אין עלטערע באַנוצונגען (למשל „ליטאי“ איז טײַטש ′ליטוואַק′, ניט ′ליטווינער′).

  אָט איז דער טעקסט, אַלץ פּע⸗דע⸗עף; מען קען אויך לייענען דאָ ווײַטער, נוצנדיק די הענטעלעך אויבן לינקס אויף אַריבער צום קומעדיקן זײַטל.

245-248x


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
  • דינסטיק, זיבן טעג אין אדר תש″ף \ דעם 3טן מערץ 2020

Comments are closed.