Menke Katz

משיח

מעינקע קאַץ


איך ווייס טאַטע, משיח וועט קומען פון מיכאַלעשיק

וועט אויף אַן אייזעלע רייטן דורך סוויר און דורך סווינציאַן

דאָרט וואו די הייליקסטע ערד אויף דער וועלט איז פאַראַן

איך ווייס מאַמע, משיח וועט קומען פון מיכאַלעשיק

ווייל אין גן עדן געבליבן איז מיכאַלעשיק

און מיט די וואָרצלען איבערגעקערט ליגט אין הימל סווינציאַן

דאָרט וואו די בענקשאַפט איז ווי גאָט, אָן אַן אָנהייב, אָן אַ ברעג

וועט משיח קומען, אוי, מיכאַלעשיק, אוי סוויר, אוי, סווינציאַן


from  Menke Katz, Tsfas [Safad],  Y.L. Peretz farlag: Tel Aviv 1979, p. 52.

By permission of the author’s estate.





Return to Top

Comments are closed.