First Issue of Bostomski & Chaimson’s “Shúl-Fraynd” (Vilna, Jan. 1936)

by Dovid Katz                                            Index in English


 (73) ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן ע″ג

דער ערשטער נומער פון ש. באָסטאָמסקיס און מ. חיימסאָנס ווילנער „שול⸗פרנד“ (יאַנ.–פעב. 1936)


  דאָס איז דער ערשטער נומער פונעם ווילנער „שול⸗פרײַנד“. די הילע גיבן מיר באַלד אונטן אין איינעם מיטן אַרײַנפיר אַרטיקל פון די גרינדער און רעדאַקטאָרן שלמה באסטאָמסקי און מ חיימסאָן, א.נ. „מיט וואָס קומט דער ′שול⸗פרײַנד′?“ וואו עס ווערט מאָטיווירט די גרינדונג פון אַ זשורנאַל פאַר יידישע  ל ע ר ע ר  וואָס זאָל אינאיינעם מיט די צוויי זשורנאַלן פאַר קינדער און יוגנט, די „גרינינקע ביימעלעך“ און „דער חבר“, דינען דעם אינטערנאָציאָנאַלן וואוקס פון דער וועלטלעכער יידישער שול דווקא — אָדאָס קענען מיר הײַנט בפירוש פעסטשטעלן — אין ווילנער גײַסט.

  אויפן ערשטן זײַטל פון אָט דעם ערשטן נומער (דאָ אויבנאָן) ווערט געבראַכט אַ זעלטענע פאָטאָגראַפיע פונעם יובל⸗קאָמיטעט וואָס האָט אָרגאַניזירט די פריידיקע אָפּהיטונג פונעם צוואַנציקסטן יובל פונעם ווילנער יידישן לערער⸗פאַראיין. אין אַ באַריכט אינעם נומער גופא (זז. 27 – 30), שרײַבט זיך וועגן  דעם יובל⸗באַנקעט וואָס זיי האָבן אײַנגעאָדרנט, דעם 28טן פעב. 1936 וואָס איז אָפּגעהאַלטן געוואָרן אין דער יידישער רעאַל⸗גימנאַַזיע אויף רודניצקער גאַס. מען ווערט געוואָר פונעם באַריכט אַז אויפן באַנקעט זײַנען געווען אַן ערך הונדערט געסט, און מען האָט פאָרגעלייענט אַרום פופציק באַגריסונגען פון גאָר דער וועלט.

  אָט איז די רשימה מיטגלידער פונעם יובל⸗קאָמיטעט וואָס מען זעט אויפן בילד איבערגעסדרט ע″פּ אלף⸗בית, לויט די פאַמיליע נעמען, מיטן צוגאָב פון די יאָרן פון זייער לעבן און דעם אָרט פון זייער שטאַרבן אָדער אומקומען:

מאַרק אידעלסאָן: געב. אין ווילנע; אומגעקומען אין ווילנע, 1942;

שלמה באָסטאָמסקי:  געב. אין ווילנע, 1891; געשט. אין ווילנע, 1941 (עטלעכע חדשים פאַרן אַרײַנמאַרש פון היטלערס חיילות);

אברהם בולקין: געב. אין ווילנע, 1894; אומגעקומען אין ווילנע, 1941;

רחל ברוידאָ: פּרטים אומבאַקאַנט?

י. גראָסמאַן: פּרטים אומבאַקאַנט?

מרדכדי יאָפע: געב. אין ווילנע 1893; אומגעקומען אין ווילנע, 1941;

מיכאל לעווינסקי: ניט באַקאַנט; זײַן טויט אין ווילנע ווערט באַצייכנט מיטן שוואַרצן קעסטעלע אָנהייב 1936;

י. מהרש″ק: פּרטים אומבאַקאַנט?

י. סעניצקיפּרטים אומבאַקאַנט?

א. סלעפּ:  געב. ±1884; אומגעקומען 1943 צי 1944 אין עסטאָניע;

חיים פּופּקאָ: געב. אין ווילנע, 1890; געשט. אין ניו⸗יאָרק, 1976;

גרשון פּלודערמאַכער: געב. אין ווילנע, 1897; אומגעקומען אין ווילנע, 1942;

זינע פּלודערמאַכער: פרוי פון גרשון פּלודערמאַכער;  פּרטים אומבאַקאַנט?

י. פײַן:  פּרטים אומבאַקאַנט?

מיכאל ראַבינאָוויטש: געב. אין זשעטל, ווילנער געגנט; געשט. קאָקאַנד, אוזבעקיסטאַן, 1945;

זלמן רייזען: געב. אין קוידענאָוו, מינסקער גועבערניע, 1887; אומגעקומען בײַ די סאָוועטן, 1939 אָדער 1940;

י. שער:  געב. 1891; אומגעקומען אין עסטאָניע, 1944.

  די יאָרן און ערטער פון געבאָרן ווערן און שטאַרבן (צי אומקום) ווערט געגעבן לויטן נײַעם לעקסיקאָן מיט בערל כהנס באַנד מילויים. די פּרטים לגבי סלעפּ, און שער — אַדאַנק ראָזע ביעלאַוסקיענע (ווילנע). די פאָרמולירונג „אומגעקומען אין ווילנע“ הייסט: אומגעקומען אָדער אין ווילנער געטאָ גופא אָדער אויף פּאָנאַר. טאָמער קענען קאָלעגן, באַזוכער אין מוזייעלע ממלא זײַן די פּרטים פון די אַנדערע איז אַ יישר⸗כח אַפריער.


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
  • דינסטיק, צוועלף טעג אין אב תשע″ט \ דעם 13טן אויגוסט 2019

Comments are closed.