1924 Mizrachi (Religious Zionist) Youth Movement Membership Card of Reuven Finger (70)

by Dovid Katz                                Index in English

ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן ע′ (70)

דער ווילנער מיטגליד⸗קאַרטל (אויף העברעאיש) פון ראובן פינגער אין דער „החלוץ“ – „צעירי מזרחי“ יוגנט באַוועגונג (1924)

 


 דאָס איז אַ מיטגלידערשאַפט⸗קאַרטל (בערך 8.7 אויף 10 צענטימעטער), וואָס עפנט זיך אויף ווי אַ ביכעלע, פון דער באַוועגונג „החלוץ שע″י צעירי מזרחי“ (דאָס הייסט: די חלוצישע באַוועגונג וואָס בײַ די צעירי מזרחי — די יוגנטלעכע פון מזרחי, וואָס איז כידוע עד היום אַ צענטראַלע באַוועגונג פון מאָדערנע רעליגיעזע ציוניסטן). ס′איז כידוע געגרינדעט געוואָרן דאָ אין ווילנע אין 1902 אויף אַן אסיפה וואָס איז צונויפגערופן געוואָרן דורך הרב יצחק יעקב ריינעס ז″ל. די יוגנט⸗באַוועגונג וועגן וועלכער ס′גייט דאָ די רייד האָט זיך פון 1929 גערופן „בני עקיבא“.

  דער דאָקומענט איז אויף העברעאיש. אויף דער ערשטער זײַט איז אָנגעוויזן אַז דאָס איז „החלוץ עובר לפני המחנה“, אַן אָנווײַזונג אויף רעכט אָנטיילנעמען אינעם צוגרייטונגס⸗לאַגער פונעם פאַראיין וואָס ביי די צעירי מזרחי „בליטא – ווילנה“. מיטן גרעסטן שריפט ווערט אָנגערופן דער הויפּט⸗ציל פונעם דאָקומענט: „כרטיס חבר“ (קאַרטל פונעם מיטגליד), און דאָס יאָר: תרפ″ה, וואָס האָט זיך אַמערסטנס געדעקט מיטן קריסטלעכן יאָר 1925.

  פון דער אויסגעפילטער דאַטע אויפן צווייטן זייטל ווייסן מיר אָבער אַז די גענויע דאַטע פונעם קאַרטלס אויסגעשריבן ווערן איז ג′ תשרי, שנת תרפ″ה, דאָס הייסט: דעם ערשטן אָקטאָבער 1924. דאָ ווערט מיט אַ פּענע אַרײַנגעשריבן דאָס אָרט: „בוילנה“ (אין ווילנע). דער נאָמען פונעם יונגנמאַן, וואָס איז דער נײַער מיטגליד, איז ראובן פינגר (ד.ה.: פינגער), אַן אײַנוואוינער אין קליין ווילייקע (ס′ווערט געגעבן העברעאיזירטערהייט: „ויליקה הקטנה“ וואָס האָט זיך גערופן אויף אשכנזיש Viléyko Haktáno און אויף ספרדיש Viléyka Haketaná; דאָס איז היינט Naujoji Vilnia, אַ געגנט אין דער מזרחדיקער ווילנע, אין די פּוילישע צײַטן: Nowa Wileika).

  אויפן דריטן זײַטל איז דאָ די פאָטאָגראַפיע פון ראובן פינגער, די חתימות פון יושב ראש (?) יצחק און פון מזכיר (סעקרעטאַר): רחל כ″ץ (?), דער שטעמפּל פון הסתדרות החלוץ המזרחי און אויבנאָן די קלינג⸗ווערטער: „בארץ ישראל“, און פון אויבן און אונטן אין קלענערן שריפט: „תחית עם ישראל על פּי התורה והעבודה“ (′די אויפלעבונג פון יידישן פאָלק לויט דער תורה און דער אַרבעט — אין ארץ ישראל′).

  אויפן לעצטן זײַטל איז פאַראַן אַ שורה אויף אויספילן וויפל דער נײַער חבר האָט באַצאָלט אַרײַנגאַנג געלט; אונטער דעם — די צוועלף חדשים פון יידישן לוח שיין אויסגעשטעלט אין קעסטעלעך. סאַמע אונטן דער נאָמען פון דרוקערײַ, אויף יידיש: „דרוק ש. סלאדקין, ווילנע“.

  צו די אינעווייניקסטע פאַרהעלטענישן פון פּרטים פון יידישן קולטור⸗לעבן אין ווילנע, איז צום באַמערקן די דעמאָלטיקע וואַקלעניש בײַ די העברעאיסטן ווי אַזוי צו שרײַבן דעם נאָמען פון ירושלים דליטא. אויפן ערשטן זײַטל איז געדרוקט: „ווילנה“ און אויפן צווייטן ווערן געשריבן מיט איין וואָוו: „וילנה“ (vílna). נאָר וואָס, מיטן גאַנצן טראָפּ אויף העברעאיש האָט דער „יידישיסטישער דרוקער“ פאָרט באַוויזן „אַרײַנרוקן“ אַז לסוף זאָל געדרוקט זײַן: „דרוק ש. סלאדקין, ווילנע“ (vílnə); ביידע זײַנען דאָס די פאַרשיידענע מאָדערניסטישע שרײַבונגען כלפּי דער  דור⸗דורותדיקער פאָרט בשכתב „ווילנא“ (טעאָרעטיש⸗פאָרמעל vílno, נאָר בײַם ריידן בדרך כלל: vílnə). וועגן די דרײַ עיקרדיקע שרײַבונגען פון נאָמען פון דער שטאָט — „ווילנא“, „ווילנע“, „(ו)וילנה“ — זע בײַ אונדז אין מוזייעלע דעם נומער 16.

  ואחרון אחרון, לאָמיר באַטראַכטן דעם געדרוקטן נוסח פונעם אָרט פון דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע: „בליטה – ווילנה“. כידוע האָט זיך ווילנע שוין דעמאָלט שיינע עטלעכע יאָר געפונען אין דער פּוילישער רעפּובליק. די העברעאישע אָנווײַזונג קען האָבן אַ שייכות צו אַ יידישן באַוואוסטזיין אַז ווילנע איז אין זין פון יידישער קולטור געשיכטע אייביק פונדעסטוועגן אַ ליטווישע שטאָט. ס′קען אָבער גרײַלעך זײַן, אַז דאָס איז פּשוט אַן אָפּשפּיגלונג פון דער דעמאָלטיקער סטרוקטור פון מזרחי, וואו ווילנע איז אַרײַן אונטערן דאַך פונעם הויפּט⸗ביוראָ אין קאָוונע (ד.ה. אין דער ליטווישער רעפּובליק, „אין דער קאָוונער ליטע“), ניט פון וואַרשע צי פון אַן אַנדער פּוילישער שטאָט. בקיאים אין הלכות מזרחי וועלן אַן ענטפער דערויף געבן.


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
  • זונטיק, צוויי⸗און⸗צוואַנציק טעג אין טבת תשע″ט \ דעם 30טן דעצעמבער 2018

Comments are closed.