A Betar Vilna Hebrew Medal (68)

 by Dovid Katz                                Index in English


ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן ס″ח (68)

אַ ווילנער „ביתר“ בראָשקע (צי אַ מעדאַל?) אויף העברעאיש

   אָט דאָס איז אַ זילבערנע בראָשקע (צי אַ מעדאַל) פון דער ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע „ביתר“ [beytár] אין ווילנע. דער טעקסט, אויף ווי ווײַט אונדז איז געלונגען צו לייענען און דעשיפרירן:

21    1    33

חוג מנורה

בית″ר

וילנה

   דאָס הייסט, אַפּנים, אַז די דאַטע איז דעם 21טן יאַנואַר 1933, און ס′איז אַ מעדאַל פונעם חוג (ד.ה. קרײַז) „מנורה“ פון „ביתר“ אין ווילנע. אָט דער חוג, „מנורה“ איז באַקאַנט פון די היסטאָרישע באַשרײַבונגען פון „ביתר“ אין דער פאַרמלחמהדיקער ווילנע (זע למשל אויף אַ זײַטל פון יד ושם וועגן די ציוניסטישע אָרגאַניזאַציעס אין ווילנע, דאָרטן אין לעצטן פּאַראַגראַף).


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
  • עלף טעג אין כסלו תשע″ט \ דעם 19טן נאָוועמבער 2018

Comments are closed.