Mini-Museum of Old Jewish Vilna (66)

 by Dovid Katz                        Index in English


ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן ס″ו (66)

אַ בריוו (און אַ ווידמונג) פונעם שומר ווילנא ר′ ישעיה עפּשטיין ע″ה

     דאָס איז אַ בריוו פונעם באַקאַנטן עסקן, ירא שמים, שטרענג⸗ערלעכן ליטוואַק און טיף איבערגעגעבענעם יליד ווילנא — און אַקטיוויסטישן שומר ווילנא — ר′ ישעיה עפּשטיין ע″ה, לאַנגע יאָרן נאָך דער מלחמה אַ תושב שדרות בן גוריון אין תל אביב. ער האָט אָפט באַזוכט ווילנע אין די לעצטע יאָרצענדליקער פון זײַן לעבן און האָט אויסגעבויט אַ ריי באַקאַנטע מצבות און דענקמאָל⸗שטיינער, בתוכם אַ גרויסן מאָנומענט אויף פּאָנאַר. ער האָט אויך געבויט אַ מײַערל אויפן נײַעם בית⸗עולם וואָס איז כולל אַ מעמאָריאַל פאַר ווילנער יידן און אַ טהרה⸗שטיבל כהלכתה. אין משך פון אַ סך יאָר האָט ר′ ישעיה געקעמפט מען זאָל אַראָפּנעמען די סקולפּטור וואָס שטייט אויפן אָרט פון גאונס קלויז אין דער אַלטער שטאָט.

     אינעם ווײַטערדיקן בריוו דאַטירט ל′ חשוון [תשס″ז] \ דעם 21טן נאָוועמבער 2006, רעדט ר′ ישעיה אַרום אַ ריי ענינים וואָס זײַנען אים און זײַן קאָמיטעט געשטאַנען הויך אויפן סדר⸗היום. דערצו דריקט ער אויס זײַן צער אויפן טויט פון דרײַ באַליבטע ווילנער פּערזענלעכקײַטן — דעם געוועזענעם גבאי פון כאָר⸗שול הירשל מאַרקאָוויטש; דעם געוועזענעם רעדאַקטאָר פון ירושלים ד′ליטא הירש סמאַליאַקאָוו; און דעם אַדוואָקאַט פיש אין ווילנע. „יהי זכרם ברוך“ (זאָל געבענטשט זײַן זייער אָָנדענק), שרײַבט ער, איז אַצינד דאַרפן מיר דאָס אייגענע צוגעבן צום אָנדענק פונעם מערקווערדיקן שומר ווילנא ר′ ישעיה עפּשטיין, אים אַ ליכטיקן גן⸗עדן.

12

     דערצו ברענגען מיר דאָ אַ פאַקסימיליע פון ר′ ישעיהס גאָר וואַרעמער ווידמונג צו זײַנער אַ פּרעכטיקער מתנה — אַ געבונדענע פאָטאָקאָפּיע פון זלמן שיקס 1000 יאָר ווילנע (אַרויסגעגעבן דורך דער געזעלשאַפט פאַר לאַנדקענטעניש אין פּוילן: ווילנע 1939), דאַטירט דעם 8טן אויגוסט 2003.

Yeshaye Epstein's dedication on Shik's book - Copy

Yeshaye Epstein's dedication on Shik's book


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
  • פינף טעג אין תמוז תשע″ז \ דעם 29טן יוני 2017

Comments are closed.