Mini-Museum of Old Jewish Vilna (65)

 by Dovid Katz                        Index in English


ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן ס″ה

אַן אַבאָנעמענט⸗צעטל אויפן ווילנער העברעאישן זשורנאַל „הזמן“

Hazman for Mini-Museum

     דאָס איז אַ שטיקל פירקאַנטיקער דרוק⸗בלײַ פון אַן אַנאָנסל מיט די פּרטים אויף צו אַבאָנירן די העברעאישע צײַטשריפט הזמן ([hazmán] — ′די צײַט′) וואָס איז דערשינען פון 1903 ביז 1915, צוערשט אין פּעטערבורג, און פון 1904 אין ווילנע וואו ס′איז געוואָרן אַ טעגלעכע צײַטונג (פון 1907 בוז 1911: הד הזמן ([hed hazmán] — ′עכאָ פון דער צײַט′). אין טיילן פון דער תקופה האָבן די זעלביקע אַרויסגעבער אַרויסגעלאָזן אויך אַ פערטליאָר⸗שריפט, און פון 1906 די יידישע צײַטונג די צײַט. דער גרינדער און רעדאַקטאָר איז געווען בֶּנצִיוֹן כ″ץ (אַרום 1875 – 1958), אַ יליד דויג (הײַנט Daugai) וואָס אין ווילנער געגנט (בײַ זלמן רייזענען אין לעקסיקאָןII, ווילנע 1927, זז. 20-17; אין נײַעם לעקסיקאָן, IV, זז. 351-348).   

    דער בלײַ⸗שטיק (ווי געוויינלעך „פאַרקערט“ און דאָ זײַטנווײַז פאָטאָמעכאַניש איבערגעקערט אויף צום לייענען) לייענט זיך אַן ערך:

החתימה על „הזמן“ ופרסיו

מתקבלת ב[כ]ל בתי⸗הדואר

למוצאי [?] הרדאקציה — האדרס:

„Газман“ газета

„Hasman“  Wilna  Russland 

 

איבערגעזעצטערהייט הייסט דאָס, בערך:

[אויף העברעאיש:] די אַבאָנירונג אויף „הזמן“ און זײַנע פּרעמיעס ווערט אָנגענומען אין אַיעטווידער פּאָסט⸗אַמט פאַר די אַרויסגעבער פון דער רעדאַקציע. דער אַדרעס: [אויף רוסיש:] „הזמן“ (צײַטונג): [אויף דײַטש:] „הזמן“, ווילנע, רוסלאַנד.

   אַ האַרציקן יישר⸗כח פּראָפ. גלעד צוקערמאַנען (אַדעלייד, אויסטראַליע) און ראָזאַ ביעלאַוסקיענע (ווילנע) פאַר זייער גאָר פרײַנטלעכער הילף בײַם אויפשטעלן דעם טעקסט; אַוועלכע ניט איז טעותן בלײַבן אין דער אחריות פונעם בעל⸗המוזייעלע.

NOT FLIPPED


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף גרויס פּאָהולאַנקע
  • ל′ ניסן תשע″ז \ דעם 26טן אַפּריל 2017

 

Comments are closed.