Mini-Museum of Old Jewish Vilna (64)

 by Dovid Katz                        Index in English


ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן ס″ד (64)

אַ בראָשקע לכבוד דעם 15טן יובל פון ווילנער פּראָפעסיאָנעלן פאַראיין פון יידישע האַנדלס⸗אָנגעשטעלטע, אָפּמערקנדיק די יאָרן 1913 — 1928

HAND ONG

     דאָס איז אַ קליינינקע בראָשקע, אַן אָפּגעזוכטע אין ווילנע דאָ ניט לאַנג, וואָס דער פאַרקויפער אירע האָט „צופיל“ אײַנגעטונקען אין דער כעמיקאַלער געמישעכץ וואָס רייניקט אָפּ אַלטן פאַרשוואַרצטן מעטאַל, מען זאָל קענען לייענען אַוועלכע ניט איז אויפשריפטן. ער האָט זיך מיישב געווען און ניט גערייניקט ביזן סוף. אַכלל, די פיזישע רעסטאַווראַציע פון דער בראָשקע בלײַבט ווי בײַ אונדז איז בדרך כלל דער גאַנג, אַן עובדא אויף להבא.

     די בראָשקע קומט אויף צו פײַערן דעם פופצעטן יובל פון ווילנער „פּראָפעסיאָנעלן פאַראיין פון יידישע האַנדלס⸗אָנגעשטעלטע“ וואָס ווערט איקאָניש פון קיצור וועגן פאַרצייכט אויף דער בראָשקע אַלס:

פּ פ

פון

האנד אנג

XV

ווילנע

   די פאַרקירצונג „פּ פ“ = „פּראָפעסיאָנעלער פאַראיין“; „האנד אנג“ = „האַנדלס⸗אָנגעשטעלטע“; אַזוי ווי די בראָשקע איז גאָר אויף יידיש, איז ניט געווען נייטיק מדייק זײַן „יידישע האַנדלס⸗אָנגעשטעלטע“, אין אַ קאָנטעקסט וואו ס′איז אַ רענדל⸗אַן⸗אות ממש. פון לינקס און פון רעכטס זעט מען די יאָרן פון גרינדונג און פונעם יובל: 1913 און 1928, משמעות דאָס יאָר פון דער בראָשקע גופא. ווי תמיד איז דער ערשטער מקור צום פאַרשטיין און אידענטיפיצירן ווילנער יידישע רעשטלעך די ווערק פון לייזער ראַנען, זכרונו לברכה. אין דעם פאַל קען מען אויף דער ערשטער אָריענטאַציע אַ קוק כאַפּן אויפן זײַטל געווידמעט דעם פאַראיין, אין זײַן קלאַסישן ירושלים דליטא (באַנד I, נ.י. 1974, ז. 212). פון פאַרגלײַך⸗וועגן זע אויך אין מוזייעלע  נ″א — אַ בראָשקע צום זיבעצעטן יובל פון צענטן יידישן האַנטווערקער פאַראיין אין ווילנער געגנט.


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף גרויס פּאָהולאַנקע
  • דעם לעצטן טאָג חול המועד פּסח תשע″ז \ דעם 16טן אַפּריל 2017

Comments are closed.