Mini-Museum of Old Jewish Vilna (63)

by Dovid Katz                        Index in English


ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן ס″ג

אַ קאָלאַזש מיט בער האָראָוויצעס צייכענונגען פון באַליבטע ווילנער יידישע פּערזענלעכקייטן אין 1929

   דאָס איז אַ זייטל פון די וואַרשעווער ליטעראַרישע בלעטער, פונעם 4טן אָקטאָבער 1929, מיט זעקס צייכענונגען א.נ. „ווילנער פּנימער“ פון באַוואוסטן גאַליצישן יידישן שרייבער און קינסטלער בער האָראָוויץ (געבאָרן 1895 אין דאָרף מיידאַן אין די מזרחדיקע קאַרפּאַטן, היינט אין מערב אוקראַינע; אומגעקומען 1942). נאָך אַן אויפהאַלט אין ווילנע האָט ער געצייכנט אַ צאָל באַקאַנטע פיגורן פון דער דעמאָלטיקער יידישער ווילנע.

   פון אייבערשטן⸗רעכטן ווינקל זייגערוועגנס: ד″ר מאַקס וויינרייך (1894 —  1969); ד″ר יעקב וויגאָדסקי (1855 — 1941); א.י. גאָלדשמידט (1882 —  1941 \ 1942); ד″ר צמח שאַבאַד (שב″ד) (1864 — 1935);  משה שאַליט (1885 —  1941); און ש. ל. ציטראָן (1860 —  1930).

 

Vilner tipn LB 4 Oct 1929 for Muzey


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף גרויס פּאָהולאַנקע
  • פופצן טעג אין טבת תשע″ו \ דעם 27טן דעצעמבער 2015

 

Comments are closed.