Mini-Museum of Old Jewish Vilna (62)

by Dovid Katz                        Index in English


 

ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן ס″ב

אַ פּעטיציע אויף יידיש און פּויליש (פון בערך 1930) קעגן פּלאַן פון פעלקער⸗ליגע אויף צו רעפאָרמירן דעם קאַלענדאַר מיט אַ צוגעגעבענעם טאָג 

 ◊

   די צווישנמלחמהדיקע „ליגע פון פעלקער“ אָדער „פעלקער⸗בונד“ (בלע″ז League of Nations) האָט צווישן אַ סך פּלענער אויף צו פאַרבעסערן דעם מצב פון דער מענטשהייט זיך אַריינגעטאָן אויך אין דער פראַגע וועגן רעפאָרמירן דעם אַלגעמיינעם קאַלענדאַר. צווישן די פּלענער וואָס האָבן געזאָלט האָבן אַ פּועל⸗יוצא פון „זה נהנה וזה נהנה ואף אחד לא חסר“ איז געווען דער איינפאַל מוסיף זיין אַ נייעם איינאיינציקן טאָג, איינמאָל אין פיר יאָר, וואָס וואָלט ניט געהאַט קיין נאָמען, אונטערשטרייכנדיק אַ מענטשלעכע אוניווערסאַלקייט, און וואָס וואָלט משמעות בעת⸗מעשה אויך אויסגעגליכן געוויסע טעכנישע חסרונות פון ברייט⸗באַנוצטן קאַלענדאַר.

   פון די ניט⸗פאָראויסגעזעענע רעזולטאַטן איז געווען אַ שאַרפע התנגדות מצד רעליגיעזע יידן און וואו ניט וואו אויך קריסטן, אַלמאַי דער רעפאָרם וואָלט דאָך אויף אייביק צעשטערט דעם איצט ניט⸗איבערגעריסענעם וויסן וועגן דעם ווען איז שבת און ווען איז זונטיק.

   מיט דער יידישער קעגנערשאַפט האָט אָנגעפירט דער רב הראשי פון ענגלאַנד און דער בריטישער אימפּעריע, הרב יוסף הערבערט הערץ (1872  — 1946), אַ געבאָרענער אין די אונגאַרישע לענדער (אין אַ שטעטל וואָס געפינט זיך היינט אין סלאָוואַקיע), און אַ דערצויגענער אין ניו⸗יאָרק, האָט ער רבנותן געהאַט אויך אין אַמעריקע און דרום אַפריקע פאַרן ווערן הויפּט⸗רב אין גרויס בריטאַניע.

   ביי היינטיקן טאָג געדענקט מען אים אַ סברא אַמבעסטן אין שייכות מיט זיין העברעאיש-ענגלישן חומש מיט הפטורות, וואָס ווערט עד היום אַ סך גענוצט איבער דער וועלט. א סך ווייניקער באַוואוסט איז זיין באַהאַרצטער עקשנותדיקער קאַמף קעגן דעם פּראָיעקט אויף צו רעפאָרמירן דעם קאַלענדאַר.

   אין משך פון פערצן יאָר, פון דער צייט ווען דעם קאַלענדרישן רעפאָרם פּראָיעקט האָט זיך אין דער פעלקער⸗ליגע גענומען אין וועג אַריין אין 1923, און ביז צו זיין ענדגילטיקן נצחון אין 1937, וועט די ליגע האָט אָפּגעלאָזן די קאַמפּאַניע (וואָס עס האָט אונטערגעשטיצט מיט שווערע געלטער די איסטמאַן⸗קאָדאַק פירמע אין אַמעריקע), איז הרב הערץ געווען דער ראש המדברים פון דער אָפּאָזיציע, און האָט מאָביליזירט נישקשהדיקע שותפות מצד קריסטלעכע מנהיגים אין ענגלאַנד און אַנדערשוואו.  זיין בוך Changing the Calendar: Consequent Dangers and Confusions (לאָנדאָן, ביים פאַרלאַג פון אָקספאָרדער אוניווערסיטעט) איז דערשינען אין 1931. וועגן דעם קאַמף אין די יאָרן 1924 ביז 1931 האָט ער אויך פאַרעפטנלעכט אַ לענגערע אַרבעט, The Battle for the Sabbath at Geneva (אין באַנד 13 פאַר 1932 — 1935 פון Jewish Historical Society of England. Transactions).

   ווייניקער באַוואוסט איז דאָס וואָס ערגעץ אַרום דרייסיקסטן יאָר האָט זיך געיאַוועט דאָ אין ווילנע אַ פּעטיציע קעגן דעם רעפאָרם וואָס איז אַפּנים אַרומצירקולירט געוואָרן דורך דער גאַנצער פּוילישער רעפּובליק, וועלכער ווילנע האָט דעמאָלט געהערט. צוויי בלעטלעך אָפּגעזוכטע אין ווילנע טראָגן אַ פּאַראַלעלן צוויישפּראַכיקן טעקסט פון אויבן (יידיש און פּויליש) און אַ ריי חתימות. אין צוגאָב צו אויסשניטן פון איינעם פון די בלעטלעך ווערט געבראַכט אויך אַ פאָטאָגראַפיע פון גאַנצן בלאַט לעבן אַ ווירע אויף אַן השגה האָבן צו דער מאָס. מען דאַרף מער געוואָר ווערן וועגן דער יידיש⸗פּוילישער פּעטיציע וואָס צוויי פון זיינע בלעטלעך האָבן זיך אָפּגעזוכט אין ווילנע.

   הרב הערץ איז פאַרשטייט זיך ניט געווען דער איינציקער קעמפנדיקער קעגנער צום רעפאָרם וואָס וואָלט אַ תל געמאַכט פון שבת בפרט און פון יידישן לוח בכלל. עס האָט זיך אָרגאַניזירט אַן אינטערנאַציאָנאַלער קאָמיטעט פון אָרטאָדאָקסישע רבנים קעגן דעם רעפאָרם. דעם 26טן מערץ 1930 האָט די יידישע טעלעגראַפישע אַגענטור (JTA) געגעבן צו וויסן אַז כמעט דרייסיק טויזנט חתימות האָט דערלאַנגט די פּוילישע אָפּטיילונג פונעם אינטערנאַציאָנאַלן קאָמיטעט. וואָלטן מיר בעלנים געווען אַרויסרוקן אַן השערה, אַז די אָפּגעזוכטע צוויי ווילנער בלעטלעך זיינען פונדערפון אַ רעשטעלע.


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף גרויס פּאָהולאַנקע
  • ראש חודש טבת צום זיבעטן ליכטעלע חנוכה תשע″ו \ דעם 13טן דעצעמבער 2015

Comments are closed.