Mini-Museum of Old Jewish Vilna (61)

by Dovid Katz                        Index in English


ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן ס″א

אַ הכשר פּלאָמבע פון הקדש⸗געסל (שפּיטאָל גאַס, שפּיטאַלנע)

page

    אַ „פּלאָמבע“ פלעגט מען נוצן אַלס מעטאַלענעם כשרות⸗זיגל. דאָס איז געווען אַ בלייענע מטבע, אָפטמאָל מיט יידישע אותיות אויף איין זייט, די מלוכהשע שפּראַך אויף דער צווייטער זייט. דערצו איז געווען אַן אַרויסגערוקטע הענטל מיט אַ לעכל אַדורך וועלכן מען האָט אַדורכגעשנורעוועט אַ דראָט אַרום אַ קאַסטן, אַ פּעקל אָדער אַ געוויסע מאָס פלייש, לאָמיר אָנכאַפּן, וואָס דערמיט איז עס „פאַרזיגלט“ אַלס כשר מיטן הכשר פונעם רב אָדער פון בר⸗סמכאדיקן מוסד אָדער ועד וועמענס נאָמען עס שטייט אויסגעקריצט אינעם טעקסט. ווער ס′קויפט און האָט שוין ביי זיך די סחורה קען אָפּשניידן די דראָט און געזונטערהייט נוצן די מאכלים.

    אָטאָ די פּלאָמבע (ביידע זייטן שטאַרק פאַרגרעסערטערהייט אויבן, אונטן אַ בילד לעבן אַ ווירע אויף צו דערזען די פאַקטישע פּיצינקע מאָס פונדערפון) איז פון איין זייט אויף יידיש, אויף דער צווייטער זייט אויף פּויליש. אויף יידיש שטייט אַפּנים: „כשר וואור[שט]“ און דער רב איז איינער אַ: ס. סגל. אַ קאַפּ קשה נאָר וואָס יידישע מאַנסבילשע אייגננעמען וואס הייבן זיך אָנעט מיט אַ סמך זיינען אַ יקר⸗המציאות ממש (סענדער, וואָס איז זעלטן באַנוצט געוואָרן אין אַזעלכע פאָרמעלע סיטואַציעס וואו ס′איז חל — אלכסנדר; דער זייער זעלטענער סעדיה, און אפשר נאָכוואָס). אויף דער פּוילישער זייט זעען זיך בולט קלאָר די איניציאַלן פונעם רב: .S.S, אַ באַשטעטיקונג לכאורה אויפן סַמֶך.

   קלאָר איז אויף פּויליש דער נאָמען פון גאַס: Szpitalna, וואָס איז ביי היינטיקן טאָג, איבערגעזעצטערהייט, אויף ליטוויש Ligoninės אין דער ווילנער אַלטשטאָט (אין ווילנער געטאָ אין די חורבן יאָרן 1941 ביז 1943). אינעם יידיש פון די לעצטע דורות ווילנער יידן איז געווען גאַנגבאַר דער נאָמען שפּיטאָל גאַס, ווען ניט ווען שפּיטאַלנע (מיטן יידישיזירטן רעדוצירטן שווא וואָקאַל וואָרט⸗אויס). אונדזער קאָלעגע פּראָפ. פּנחס פרידבערג דערמאָנט זיך, אַז ביי זיין מאַמע חנה זלאַטקאָוויטש ע″ה (19131995), האָט ער געהערט סיי שפּיטאָל גאַס און סיי קראַנקען⸗גאַס.  דער נאָמען ביי   אַ מ אָ ל י ק ע   ווילנער איז געווען: הקדש⸗געסל, לויטן אַמאָליקן יידישן שפּיטאָל וואָס דאָרט, וואָס די ווילנער האָבן אים אָנגערופן: „דער הקדש“ (ניט צום פאַרמישן מיטן נייעם יידישן שפּיטאָל).

    אַ יישר⸗כח הרב אברֶהמי קיעוומאַן (פון ליווערפּולער חב″ד) פאַר זיין הילף ביים איבערלייענען דעם חותם. פונדעסטוועגן איז ניט אַלץ קלאָר, טיילן זיינען אָפּגעפאַלן. די אחריות פאַר טעותן טראָגט דער בעל⸗המוזייעלע אַליין.

 001 (3)


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף גרויס פּאָהולאַנקע
  • צען טעג אין כסלו תשע″ו \ דעם 22טן נאָוועמבער 2015

Comments are closed.