Mini-Museum of Old Jewish Vilna (60)

by Dovid Katz                        Index in English


ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן ס′

אַ דייטשישער פּאָסטקאַרטל פון 1916 מיט פיר שפּראַכן: בעלאַרוסיש, יידיש, ליטוויש און פּויליש

lite (1)

    די קולטור געשיכטע איז ווי געוויינלעך אַ בעל⸗עשירותטע מיט אירע אייגנאַרטיקע טשיקאַוועקייטן. דאַכט זיך, אַז נאָר און בלויז אונטער דער דייטשישער אָקופּאַציע אין די יאָרן פון דער ערשטער וועלט מלחמה, איז פאַרשיידענע שפּראַכן פון ליטע (אַחוץ רוסיש!) געגעבן געוואָרן אַ מעמד פון צווישנאַנאַנדיקער גלייכבאַרעכטיקונג (נאַטירלעך אַלצדינג אונטער דער „הויפּט⸗שפּראַך“ — דייטש!).

    אָטאָ דער פּאָסטקאַרטל, וואָס איז די וואָך געגעבן געוואָרן אונדזער ווירטועלן מוזייעלע, איז פון יאָר 1916. ער צייכנט אָפּ אַן אויסשטעלונג פון ווילנער „אַרבעטס⸗הייזער“ וואָס איז אָפּגעהאַלטן געוואָרן אויף ברייטע גאַס נ. 43.  די ווילנער געלערנטע אירינאַ גוזענבערג (Irina Guzenberg) גיט אונדז איבער, אַז דער אַדרעס איז דער היינטיקער נומער 7 (Didžioji 7) און נאָכמער, אַז ביז דער ערשטער וועלט מלחמה איז דאָס געווען דער צענטראַלער בנין פון מיליטער פאַרן ווילנער געגנט. איז עס אַ סברא אָטאַזויאָ אַריבער אין רשות פון דייטשישן מיליטער נאָכדעם ווי זיי האָבן אָקופּירט די שטאָט.

   דאָס זיינען פאַקטיש געווען קונסט⸗וואַרשטאַטן געווידמעט קונסט⸗אַרבעט און פאָלקס⸗קונסט און קינסטלערישער שעפערישקייט פון פיר אַרומיקע פעלקער וועמענס שפּראַכן און קולטורן עס זיינען אונטערגעדריקט געוואָרן דורך דעם (פאַרטריבענעם) צאַרישן רעזשים. אין זיין סטאַנפאָרדער דיסערטאַציע פון 2010, World War I and the Remaking of Jewish Vilna, 1914—1918 רעדט אַרום דער מחבר, Andrew N. Koss אָטאָ דעם מערקווערדיקן פּראָיעקט פון דער דייטשישער מאַכט אין ווילנע אין די יאָרן פון דער ערשטער וועלט מלחמה (זז. 149—151).

    אונטערן הויפּט⸗קאָפּ אויף דייטש גייען די פיר ווילנער שפּראַכן: ליטוויש, בעלאַרוסיש (ווייסרוסיש), פּויליש און יידיש.

    דער יידישער טעקסט לייענט זיך: „אויסשטעלונג פון ארבייטס⸗הייזער פון שטאדט ווילנא 1916“. אין היינטיקן אויסלייג מאַכט דאָס: „אויסשטעלונג פון אַרבעטס⸗הייזער פון שטאָט ווילנע, 1916“. די אָרטאָגראַפיע איז טאַקע לויטן דייטשמערישן נוסח פון דער תקופה (אין וועלטלעך⸗עפנטלעכן באַנוץ), אָבער די שפּראַך איז יידיש. דער בעל⸗מתרגם האָט דאָך ניט סתם איבערגעשריבן מיט יידישע אותיות לאָמיר אָנכאַפּן „שטובען“, נייערט ער האָט איבערגעזעצט אויפן יידישן רבים פון הויז  — הייזער.

    אויף דער אַנדערער זייט (ליידיק —פאַרן שרייבן דעם אַדרעס, דעם טעקסט פון בריוול און צוקלעפּן די מאַרקע) ווערט אָנגעגעבן דער בערלינער דרוקער: MOLLERBAUM & SCHMIDT. BERLIN. N. 65.



lite (2)


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף גרויס פּאָהולאַנקע
  • פיר טעג אין כסלו תשע″ו \ דעם 16טן נאָוועמבער 2015

Comments are closed.