Mini-Museum of Old Jewish Vilna (58)

by Dovid Katz                        Index in English


ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן נ″ח

מיט 95 יאָר צוריק: אַ „גראַנדיעזער סטודענטן⸗קאָנצטערט⸗באַל“ אויף צו העלפן יידישע סטודענטן פון ווילנער אוניווערסיטעט

    דער אַנאָנס פון אויבנאָן אויף דער ערשטער זייט אינעם נומער פון ווילנער „טאָג“ פונעם 17טן מערץ 1920 גיט די פּרטים וועגן אַ באַל „לטובת דער הילפס⸗קאַסע פון יידישע סטודענטן פון ווילנער אוניווערסיטעט“. ניט סתם אַ באַל נאָר „אַ גראַנדיעזער סטודענטן⸗קאָנצערט⸗באַל — מוזיק, דראַמע און באַלעט“, וואָס וועט אָפּגעהאַלטן ווערן אין שטאָט⸗זאַל אויף אָסטראַבראָם גאַס [היינטיקע אַושראָס וואַרטו] 5, זונטיק דעם 21טן מערץ 1920 אָנהייבנדיק אַכט אַזייכער אין אָוונט.


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף גרויס פּאָהולאַנקע
  • עלף טעג אין ניסן תשע″ה \ דעם 31טן מערץ 2015

Comments are closed.