Mini-Museum of Old Jewish Vilna (56)

by Dovid Katz                        Index in English



ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן
 נ″ו

אַ ספרל שאלות ותשובות אויף צוויי מסכתאות, געדרוקט אין ווענעדיג (ווענעציע) אין 1605  —  1606, מיטן אַמאָליקן שטעמפּל פון ווילנער ביבליאָטעק פון מתתיהו סטראַשון

   ס′איז אַפּנים אַן אַלטע מעשה, אַז אַנטיקוואַר געשעפטן וואָס פאַרקויפן אויך ביכער אויף פרעמדע שפּראַכן, און בפרט נאָך געדרוקטע מיט פרעמדע אלפאַבעטן, שטייען פאַר אַ פראַגע, וואָסער מקחים צוצושרייבן צו יעדן בוך וואָס פאַרקויפט זיך, דעמאָלט אַז מען האָט ניט קיין צייט אָדער חשק נאָכפאָרשן אָדער פרעגן ביי אַ יודע ספר, אָדער ווי ניט איז פּרובירן דערגיין אַ טאָלק.

    ווען ניט ווען, בפרט אַז דער באַלעבאָס האָט די סחורה אַריינבאַקומען בזיל הזול, פירט מען זיך אויף מיט אַזאַ מין (בעצם „אויסגעהאַלטענער“) שיטה: מען קלערט אויס די פּרייזן לויט דער גרייס און דער שיינקייט פונעם בוך. אָט אַזאַ סדר הדברים האָבן מיר די וואָך געטראָפן אין אַ גאָר רייכן אַלגעמיינעם אַנטיוואַריאַט דאָ אין ווילנע, אין דער אַלטער שטאָט. אין ערגעץ שטייט ניט אַז ביי זיי איז דאָ יידישע ביכער, פאַרקערט דורכן גרויסן שוי⸗פענצטער זעט מען בכלל ניט קיין ביכער, נייערט מעבל מיט גאָלדענע און זילבערנע שמאָנצעס. נאָר מען טאָר זיך ניט שעמען. אין הבישן מוצא מציאות. אַריין און געפרעגט, זאָגט אונדז די באַלעבאָסטע אַז ביי זיינען פאַראַן צענדליקער אַלטע יידישע ביכער. זיי זיינען געלעגן אונטן לעבן דער פּאַדלאָגע אין אונטערשטן טיש⸗קעסטל פון אַן אַלטן בופעט.

    די פּרייזן פון די גרעסטע און דיקסטע ספרים, דער עיקר גמרות פון סוף ניינצעטן און אָנהייב צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, זיינען דערגאַנגען ביז הונדערטער און הונדערטער יעווראָ פאַר אַיעטוועדער ספר. דער מהלך האָט געפירט ביז צו די ביליקסטע, פּיצינקע ספרימלעך. אַם וואָלוולסטן פון אַלע איז געווען דאָס סאַמע קלענסטע ספרל, אַ קליינטשיק ביכל לויטן אויסזען; דער פּרייז איז געווען מערניט עטלעכע יעווראָלעך. טוען מיר אַ קוק, עס איז אַ דרוק פון איטאַליע, פון דער שטאָט ווענעדיק (ווענעציע, אויפן שערבבלאַט: ויניזיא) פון שס″ו, ד.ה. 1605 — 1606! עס טראָגט דעם עלטסטן שטעמפּל פון דער סטראַשון ביבליאָטעק: „חותם בית עקד הספרים להגאון המנוח ר′ מתתיה שטראשון זצ″ל מווילנא“ (זע וועגן דעם די מיינונג פון אביבה אַסטרינסקי געבראַכט אויף ז. 16 פון אונדזער בוך וועגן ווילנער יידישע ביכער⸗שטעמפּלעך).

    מתתיהו סטראַשון (1817 — 1885), דער באַליבטער ווילנער מלומד, משכיל, און ביבליאָפיל, האָט איינגעזאַמלט ספרים וואָס האָבן, אינאיינעם באַטראַכט, מיט זיך פאָרגעשטעלט אין ווילנע די ערשטע יידישע ביבליאָטעק פון ספרי קודש אויף אַן אינטערנאַציאָנאַלער מדרגה ממש, אויסזוכנדיק יקר⸗המציאותן פון ווייטע לענדער, פון הונדערטער יאָרן פאַרדעם, ווי ס′איז אין ווילנע גופא דערשינען דער ערשטער ספר פון מנחם מאַן און די ראָמס אויפן שוועל פון ניינצעטן יאָרהונדערט. זייענדיק משכיליש⸗מאָדערניסטיש געשטימט האָט זיין ליבשאַפט און במילא זיין זאַמלשאַפט איבערגעצויגן דעם תחום פון הלכה און אַריינגענומען ספרים און ביכער אויף אַ סך געביטן. אָט דאָס ספרל איז אָבער פאָרט א הלכה ווערק פון זעכצעטן יאָרהונדערט, און דאָ איז זיין צווייטע אויפלאַגע פון אָנהייב זיבעצעטן יאָרהונדערט אין איטאַליע.

    דער קליינטשיקער ספר איז „ספר רביעי משאלות ותשובות“ (דער פערטער באַנד שאלות ותשובות, איבער די מסכתאות קדושין און עבודה זרה) פון דעם דעמאָלט שוין פאַרשטאָרבענעם רבנישן מחבר ר′ יוסף בן דוד אִבּן לב, וואָס איז געבאָרן געוואָרן נאָכן יאָר 1500 אין מאָנאַסטיר און איז נפטר געוואָרן אַרום 1580 אין קאָנסטאַנטינאָפּל (איסטאַמבול) און האָט אויסגעלעבט טייל פון זיינע יאָרן אין סאַלאָניקע וואו ער איז אַ מפורסם געוואָרן אַלס גרויסער בר סמכא אין הלכה.

    דער לאָנדאָנער מלומד ד″ר משה ראָזענפעלד איז מודיע, אַז דאָס איז די צווייטע אויפלאַגע פונעם ווערק, די ערשטע איז דערשינען אין קורו געשמי, אַ פאָרשטאָט פון קאָנסטאַנטינאָפּל, בערך אין 1598.


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף גרויס פּאָהולאַנקע
  • צוויי טעג אין ניסן תשע″ה \ דעם 22טן מערץ 2015

Comments are closed.