Mini-Museum of Old Jewish Vilna (55)

by Dovid Katz                        Index in English


ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן נ″ה

אַ רעקלאַמע פאַר אַ באַנק אין שיקאַגאָ — אין ווילנער „טאָג“

    אָטאָ די רעקלאַמע איז דערשינען פון אויבנאָן אויף דער ערשטער זייט פון ווילנער „טאָג“, דינסטיק דעם 16טן מערץ 1920. ס′איז אַ רעקלאַמע פאַרן אַמעריקאַנער „פּובליק סטייט באַנק“ (אָדער: „בליו איילאַנד סעיווינגס באַנק“), אַ באַנק אין שיקאַגאָ, וועמענס וואַרשעווער פאָרשטייער, מאַקס גרונדהאַנד ווערט געמאָלדן פאַרן עולם. אַביסל וועגן מאַקס גרונדהאַנדן און ענינים אין וועלכע ער איז געווען פאַרוויקלט קען מען לייענען אין אַ היסטאָרישן בריוו אינעם אַרכיוו פונעם „דזשאָינט“.

    ס′איז געווען נאָך אַ פּאָליטיש (און במילא עקאָנאָמיש און פינאַנציעל) זייער אומזיכערע צייט אין ווילנע. מען האָט ניט געוואוסט צו וועלכער מלוכה די שטאָט וועט סוף⸗כל⸗סוף אַריינפאַלן, עס האָבן זיך איבער איר געקריגט פּאָליאַקן, ליטווינער, רוסן, ווייסרוסן. מען זעט אויף אויבן, אַז מען באַנוצט זיך נאָך מיט דייטשישע מאַרק.

    היינט ווערט גראַדע פּונקט פינף⸗און⸗ניינציק יאָר פון זינט אָט דער נומער פון ווילנער „טאָג“ איז דאָ אַרויס.


 ◊
  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף גרויס פּאָהולאַנקע
  • פינף⸗און⸗צוואַנציק טעג אין אדר תשע″ה \ דעם 16טן מערץ 2015

Comments are closed.