On Methodology in Historical Yiddish Linguistics

by Dovid Katz


 

 

צו דער מעטאָדאָלאָגיע פון דער היסטאָרישער יידישער לינגוויסטיק

אַן ענטפער אויף אלכסנדר ביידערס (2013) אַרטיקל וועגן דער געשיכטע פון יידיש

 

— פון הירשע⸗דוד כ″ץ (ווילנע) —

 

I

       עס קומט אלכסנדר ביידערן (פּאַריז) אַ האַרציקער יישר⸗כח פאַר זיין נייער אַרבעט איבער דער געשיכטע פון יידיש. דער טיטל פונדערפון זעצט זיך אַן ערך איבער: „ווידער אָנווענדנדיק דעם מאָדעל פונעם שפּראַך⸗בוים צו דער געשיכטע פון יידיש“ (ביידער 2013). די אַרבעט האָט זיך אָקערשט אָפּגעדרוקט אין ערשטן נומער פון נייעם זשורנאַל (אויף ענגליש) „זשורנאַל פאַר יידישע שפּראַכן“. ווילט זיך בשעת מעשה פאַראיינוועגס ווינטשן דעם פּראָיעקט הצלחה און אריכת ימים, האָפנדיק אַז אים וועט געלונגען זיין בייקומען די מכשולים און פּרשות וואָס האָבן שוין כמה וכמה יאָרן דערפירט צו אַ ירידה אין דער יידישער לינגוויסטיק אויפן אַקאַדעמישן ניוואָ (זע כ″ץ 2006: 473-472). אפשר וועט דער זשורנאַל מיט דער צייט זיין בכח פאַרעפנטלעכן אַרבעטן אויך אויף יידיש און אַנדערע יידישע לשונות.

       צי מען איז מסכים צי ניט מיטן מחבר, איז עס שוין אַ ממשותדיקער אויפטו סטימולירן אַפילו אַ באַשיידענע אויפלעבונג פון דער יידישער לינגוויסטיק ביי היינטיקן טאָג.

      ס′ווילט זיך בפירוש האָפן, אַז אַן אונטערוואַקסנדיקער דור וועט דערין איינזען ניט גלאַט אַן עקספּרעס⸗שאָסיי צו קאַריערע מיט אַ מינימום אָנשטרענגונג און אַ מאַקסימום זלזול כלפּי אונדזערע אַקאַדעמישע פאָרגייער, נאָר בפירוש אַ פאַרטיפטע שטודיע וואָס פאָדערט די געהעריקע צוגרייטונג, בקיאות אין יידיש גופא און אַריינטיפונג אויך אין די ווערק פון די פריערדיקע גדולים פון דער יידישער פילאָלאָגיע פון דור אויסגעשולטע פאַרן חורבן, צי מען איז מיט זיי סוף⸗כל⸗סוף מסכים צי ניט; צי די חילוקי דעות גייען אין גרונט⸗פראַגן צי אין פּרטי⸗פּרטים למיניהם.

II

       אונדזערע חילוקי⸗דעות מיט דער אָנגעוויזענער אַרבעט זיינען דווקא יסודותדיקע, נאָר צודערצו באַדאַרף מען צוקומען בהדרגהדיק. דער מחבר דערלאַנגט אַ געשיכטע פון דער געשיכטע (היסטאָריאָגראַפיע, געדאַנקען⸗געשיכטע), וואָס איז אויפן ערשטן בליק אַ מין איבערחזרונג וועגן דער געשיכטע פון צוויי גוט באַקאַנטע שיטות: די „גערמאַניסטישע“ (פון ניינצעטן יאָרהונדערט און ווייטער ביי אויסגעשולטע אין דער גערמאַנישער קאָמפּאַראַטיווער פילאָלאָגיע), און די „יידישיסטישע“ (פון אָנהייב צוואַנציקסטן יאָרהונדערט און ווייטער ביי די וואָס זיינען געווען טייל פון יידיש ריידנדיקן, יידיש ליבהאָהנדיקן ציבור גופא אין מזרח אייראָפּע פאַרן חורבן).

       אָטאָ די געשיכטע איז אין אירע ברייטע ליניעס אויף פאַרשיידענע אופנים געשילדערט געוואָרן אין משך פון די יאָרן (למשל וויינרייך 1940; אַלטהאַוס 1972; כ″ץ 1982: 49-39; 1985; 1996; 2007: 288-271).

     די גענדזנפיסלעך אין די ביידע פאַלן ― „יידישיסטן“ און „גערמאַניסטן“ ― זיינען אויסן אונטערשטרייכן אַז דאָ גייט אין אַקאַדעמישע שיטות, ניט קוקנדיק וואָס אין די ביידע פאַלן זיינען ביי די מערסטע פאָרשער פאַראַן געווען גענוג ביאָגראַפישע פאַרהעלטענישן: דער רוב (ניט אַלע!) „יידישיסטן“ זיינען אויך געווען יידישיסטן אין באַקאַנטן געזעלשאַפטלעך⸗אידעאָלאָגישן זין (און במילא יידן), בעת ווען די „גערמאַניסטן“ זיינען געווען ווייטער, ווייט אָדער בכלל ניט פאַראינטערעסירט אין די ברענענדיקע אידייאישע מחלוקתן פון יידישן לעבן אין גאַנג פון די דורות פון סוף ניינצעטן ביזן שפּעטערדיקן צוואַנציקסטן יאָרהונדערט.

      ביידער שילדערט אַ נישקהדיקן אָפּקלייב פון די ווידעראַנאַנדן צווישן אָטאָ די צוויי אינטעלעקטועלע ריכטונגען אין דער יידישער לינגוויסטיק. אַ גאָר באַוואוסטער פאַל איז נוגע דער פראַגע איבערן עלטער פון יידיש, וואָס איז מדעיקרא ניט⸗אָפּצורייסן פון דער פראַגע וועגן דעם, צי האָבן אשכנזישע יידן צוערשט גערעדט דייטש (זאָל זיין אַ „יידישן“ דייטש) און ערשט שפּעטער האָט זיך זייער לשון גענומען הדרגהווייז דיפערענצירן (למשל בן⸗נון  1973 [פישער 1936]; זיסקינד 1953), בשעת ווען די „יידישיסטן“ זיינען ווען⸗ניט⸗ווען נוטה צו דער מיינונג אַז די שפּראַך איז לכתחילה געווען יידיש (למשל  מיזעס 1915: 30; בירנבוים 1929: 270; וויינרייך 1939: 49; אַ סך⸗הכל איבער די דעבאַטעס ווערט געבראַכט אין כ″ץ 1982: 49-39).

       ביידערס שילדערונגען זיינען אָבער אין אַ באַאומרואיקנדיקער מאָס משונהדיק. דעם עצם נאָמען פון דער יידישיסטישער שול אין דער יידישער לינגוויסטיק בייט ער איבער אויפן נעגאַטיוו⸗אָנגעלאָדענעם: „יודעאָ⸗צענטריש“, עלעהיי דאָס זיינען שויוויניסטן אָדער עקסטרעמע נאַציאָנאַליסטן. אינדעראמתן איז פּונקט פאַרקערט. די פּאָליטישע און אידעאָלאָגישע נטיה פון מערסטע יידישיסטן (תרתי משמע) איז געווען פּאָליטיש לינק, ליבעראַל, אוניווערסאַליסטיש (סיידן אין פאַל פונעם טראַדיציאָנעל אָרטאָדאָקסישן שלמה בירנבוים, וואָס איז אויך ניט געווען רחמנא לצלן קיין שויוויניסט לגבי אַנדערע פעלקער און האָט זיך אַלע זיינע יאָרן נאָענט געחברט מיט ניט⸗יידן געלערנטע, קאָלעגן, סטודענטן). זיי זיינען געווען ניט מער „יודעאָ⸗צענטריש“ איידער ספּעציאַליסטן איבער טערקיש זיינען, פאַר קיינעם ניט געדאַכט, „טערקאָ⸗צענטריש“.

       אַכלל, פאַראַן צווישן היינטיקע „פּאָסט⸗יידישיסטישע“ פאָרשער אזעלכע וואָס ביי זיי איז יידיש שוין מער אַקאַדעמישע צאַצקע איידער שפּראַך (זע למשל שאַנדלער 2006); ביי ביידערן איז אַזאַ לייכטזיניקייט לחלוטין ניטאָ. נאָר וואָדען, די „פּאָסט⸗יידישיסטישע“ שטעלונג הינקט מדעיקרא אונטער צוליב אַ גאָר פּשוטן, גאָר ניט⸗אידעאָלאָגישן חסרון. זי פאַרקוקט דעם פּשוטסן אמת פון דער היסטאָרישער (אָדער אַוועלכער ניט איז) לינגוויסטיק, אַז וואָס בעסער מען קען אַ שפּראַך, אַלץ פאַרטיפטער און ניצלעכער וועלן די ווערק עלול זיין, אַפילו אָדאָרטן וואו ביי אים אָדער איר טרעפן זיך מעטאָדאָלאָדישע שטרויכלונגען אָדער אידעאָלאָגישע איינריידענישן (וואָס אַ קריטיקער וועט דאָך אייביק מסוגל זיין דערנאָכדעם אויפווייזן און אויסבעסערן). דאָס קענען אין דער טיף די שפּראַך וואָס מען פאָרשט אויסעט איז אין לעצטן סך⸗הכל ניט קיין חסרון, סוף פּסוק. איז מען לאָמיר אָנכאַפּן טיף באַהאַוונט אין די פּיטשעווקעס פון די פראַנצייזישע דיאַלעקטן, איז בשעת מעשה פאַרליבט אין דער פראַנצייזישער קולטור, ווינטשט מען דעם עולם צי דאָס פאָלק וואָס רעדט אויף אָטאָ דער שפּראַך הצלחה און מזל איז מען ניט אַפּריאָרי אַ  „פראַנקאָ⸗צענטריקער“ זאָל דער אייבערשטער אויסהיטן. די משונהדיקע קאָמפּלעקסן אַרום יידיש זיינען אָבער נוטה ווייטער פאַרשפּרייט צו ווערן אין דער היינטיקער סביבה, ווען עס ווערט שיטער אָדער גאָר לא בנמצא אויסגעשולטע אין מזרח אייראָפּע פאַרן חורבן, און ביי טייל פאָרשער איז דער אומווילן זיך טיפער באַקענען מיט דער היינטיקער חרדישער וועלט (בפרט דער חסידישער), וואו יידיש שפּרודלט, פאַרזעך אַ מין אידעאָלאָגישע דערקלערונג לטובת אַ יידישלאָזער יידיש פאָרשונג. אַזוי איז מן הסתם לייכטער.

       צוליב דער ירידה פונעם פאַקטישן אַקאַדעמישן געביט און צוליב דער קאָטעמפּאָראַלער ירידה פון יידיש אין די ניט⸗חרדישע סביבות, איז אויסגעוואַקסן אַ שטח פאַר גריבלער וואָס זיינען אפשר זייער קוואַליפיצירט אין שכנודתיקע (אָדער אַפילו ניט איבעריקס שכנותדיקע) געגנשטאַנדן. צו הלכות יידיש דערגייט דאָס פאָרט ניט. מה⸗דאָך, אַ בקי אין עירובין איז ניט ערב אַ מאדים זיין אין סנהדרין.

     נאָכמער: מען שפּירט אַ סובטילן (און צומאָל ניט סובטילן) פּרואוו צו פאַרקלענערן די אַקאַדעמישע ווערדע פון אַפילו די גרעסטע יידישיסטישע („יודעאָ⸗צענטרישע“) פאָרשער וואָס זיינען אויסגעשולט געוואָרן פאַרן חורבן, וועלכע האָבן איינגעזאַפּט יידיש ווי זייער מוטער⸗שפּראַך אין די טיפינעשן פון דער יידיש ריידנדיקער ציוויליזאַציע און האָבן מיט צענדליקער יאָרן מי און דערגרייכונגען זיך דערגאַנצט אין דער ברייט⸗אייראָפּעאישער פילאָלאָגיע. אַז עס רעדט זיך וועגן (אַשטייגער, לויטן אַלפאַבעטישן סדר) אַ שלמה בירנבוים, אַ מאַקס וויינרייך, אַ יודל מאַרק, אַ נח פּרילוצקי, אַ זלמן רייזען, און פאַרשטייט זיך אַנדערע, רעדט זיך וועגן פאָרשער וואָס האָבן אַרויסגעלאָזן זייער ערנסטע וויסנשאַפטלעכע ווערק אויף אַ הויכן אַקאַדעמישן ניוואָ, צי מען איז מיט זיי איינשטימיק צי ניט, ניט מיט „יודעאָ⸗צענטרישע“ טינטלער.

       איז זייער שווער צו פאַרשטיין וועגן וואָס ביידער רעדט אַז ער שילדערט למשל שלמה בירנבוימס פאַרגלייך פון יידישע פאָרמעס מיט מיטל⸗הויך⸗דייטשישע (אָנשטאָט ניי⸗הויך⸗דייטשישע) פאָרמעס מיטן טאָן פונעם קטיגור פון יענער וועלט: „אָט דער צוגאַנג איז לינגוויסטיש ניט פּאַסיק“ (ביידער 2013: 88; זע בירנבוים 1979: 53-51). וועגן מאַקס וויינרייכס מיינונג איבערן לשון פון קיימברידזשער קאָדעקס פון 1382 (וויינרייך 1960; זע פוקס 1957) איז שומו שמים: „אין אַלגעמיין גערעדט געוואָרן, זעען אויס זיינע אַרגומענטן ווי סובטערפיוזשן וואָס זיינען אויספּלאַנירט אויף אָפּצושטויסן לעגיטימע קריטיק מצד זיינע אָפּאָנענטן… “ (ביידער 2013: 96). אגב אורחא זיינען מיר אויך ניט מסכים מיט וויינרייכן וועגן שפּראַך פון קיימברידזשער קאָדעקס (זע כ″ץ 1991: 28). די זילזולים זיינען אָבער בפירוש ניט צוגעפּאַסט פאַרן יידישן פילאָלאָג. וואָס אַן אמת, האָט דער נייער זשורנאַל מיט זיינע רעדאַקטאָרן און מומחים עצה⸗געבער זיך געמעגט לאָזן אין וועג אַריין מיט אַ קאַפּ מער באַשיידנקייט און דרך ארץ פאַר די גדולים פון דער יידישער שפּראַך⸗פאָרשונג.

       כידוע האָבן סיי בירנבוים סיי וויינרייך זייערע אייגענע דאָקטאָראַטן אויסגעענדיקט און פאַרטיידיקט אין דייטשישע אוניווערסיטעטן אויף דער דייטשישער שפּראַך איבער טעמעס וואָס געהערן דעם אַקאַדעמישן תחום פון יידיש. ביי וועמען ניט איז קען די עצם אויסקלייבונג פון טעמעס וואָס זיינען קאָנצענטרירט אויף דער יידישער שפּראַך אויסזען „יודעאָ⸗צענטריש“, מה⸗דאָך זיי האָבן דאָך געקענט אויסקלייבן  „בעסערע“ טעמעס אין עמעצנס אויגן, אַשטייגער וועגן דייטש ביי יידן, טשעכיש ביי יידן, טערקיש ביי יידן און אַ גרענעצלאָזע צאָל ברירות. נאָר גיי ווייס, אין אַנדערע אויגן וואָלטן גראָד אַזעלכע טעמעס אויסגעזען „יודעאָ⸗צענטריש“.

      בירנבוימס דאָקטאָראַט איבער די העברעאישע און אַראַמישע עלעמענטן אין יידיש האָט ער פאַרטיידיקט אין ווירצבורג אין 1921 (פאַרעפנטלעכט אויף דייטש: בירנבוים 1922). וויינרייכס דאָקטאָראַט איבער דער געשיכטע פון דער פאָרשונג פון יידיש (1923) האָט ער פאַרטיידיקט אין מאַרבורג. נמצא, אַז זיי האָבן זייערע דיסערטאַציעס ניט אָנגעשריבן אין קלויזן אין כתרילעווקע אָדער באַלבירישאָק. דאָ גייט ניט אין די פראַגן פון דער יידישיסטישער אָדער דער גערמאַניסטישער שול אין דער יידישער לינגוויסטיק. דאָ גייט אין פּראָפעסיאָנעלער אויסשולונג אויפן געביט פון לינגוויסטיק; דאָס איז פאַרזעך אַ נפקא⸗מינה ניט צום פאַרזען.

       וואָס אַן אמת, זיינען אַזעלכע דיסערטאַציעס ווי בירנבוימס און וויינרייכס בפירוש: לינגוואָ⸗צענטריש. אַ סך מעטאָדאָלאָגיעס און השגות געהערן דעם ספּעציאַליזירטן געביט פון לינגוויסטיק. דאָס איז ניט קיין ברעקל פּחיתת הכבוד פאַר שטודיעס אויף אַנדערע געביטן, אויך ניט פאַר אינטער⸗דיסציפּלינאַרישע פאָרשונגען, ווי ס′רופט זיך.

       אַז מען וואַרפט זיך אַרומעט מיט אַזעלכע באָמבעס ווי „לינגוויסטיש ניט פּאַסיק“ און „סובטערפיוזשן“, איז אפשר קיין חידוש ניט אַז דער סוף איז אַ פּראָבלעמאַטישער אויך בנוגע פאַקטן. ביידער גיט אונדז צו וויסן: „ס′איז וויכטיק צו פאַרפעסטיקן, אַז דער יודעאָ⸗צענטרישער צוגאַנג איז אַנטוויקלט געוואָרן בלויז נאָך דער צווייטער וועלט מלחמה, בעת וועלכער מיליאָנען יידיש ריידנדיקע זיינען דערהרגעט געוואָרן אונטערן דייטשישן נאַצישן רעזשים. אין דאָזיקן קאָנטעקסט, איז עס פּסיכאָלאָגיש פאַרשטענדלעך, אַז געוויסע יידישע געלערנטע איז געוואָרן אומגעוואונטשן באַטראַכטן יידיש אַלס טאָכטער⸗שפּראַך פון (מיטל⸗הויך) דייטש“ (ביידער 2013: 90).

       אויך דאָ האָבן שוין די פּראָפעסיאָנעלע לייענער און רעדאַקטאָרן געמעגט געבן דעם מחבר צו וויסן: שלמה בירנבוים און מאַקס וויינרייך האָבן וועגן אָט די פראַגן, וועגן אורשפּרונג און עלטער און בראשיתדיקער געשיכטע פון יידיש, פּרינציפּיעל אַנדערש ניט געהאַלטן אויך  פ אַ ר ן   ח ו ר ב ן. באַקומט זיך פון דער בפירוש ניט ריכטיקער אָבזערוואַציע, אַז זייערע געדאַנקען, און זייער אַקאַדעמישער ניוואָ, זיינען שיער ניט יודעאָ⸗היסטעריש, אַז מען דאַרף ווערן אַ גוטער⸗ברודער און קומען מיט תירוצים און פּסיכאָלאָגישע פאַרענטפערונגען פאַר אַזעלכע ליידנדיקע פון „האָלאָקאָוסט טראַומע“. מ′קען דאָ אַראָפּברענגען לאַנגע רשימות פון בירנבוימס און פון וויינרייכס אַרבעטן פון פאַר דער מלחמה, און מען קען דערמאָנען אַז דער ערשטער האָט געפונען אַ מקום מקלט אין לאָנדאָן און דער צווייטער אין ניו≈יאָרק, אָבער ס′איז אַ שאָד די צייט און אַ שאָד די טינט, זאָל זיין אַפילו דיגיטאַלע טינט: אויב איין צד אין אַ דעבאַטע ווערט באַצייכנט אַלס אַ חורבן באַווירקטע פּאַטאָלאָגיע, איז שווער, זייער שווער, קומען צום טיש.

       נאָכמער: ווער עס האָט זיך פאַרנומען מיט דער יידישער לינגוויסטיק ווייס זייער גוט, אַז די יידישיסטישע (ביים מחבר: „יודעאָ⸗צענטרישע“) שול אין דער יידישער לינגוויסטיק, האָבן גאָר געשאַפן נאָך פאַר בירנבוימען און פאַר וויינרייכן, צווישן אַנדערע געלערנטע: מתתיהו מיזעס (1908) און בער באָראָכאָוו (1913), אין ביידע פאַלן אַזש נאָך פאַר דער  ע ר ש ט ע ר  וועלט מלחמה.

       אָבער צו דעם אַלעמען בלייבט ביים מחבר אַ פּחד אַז די „יודעאָ⸗צענטרישע“ מיינונגען אין איין⸗און⸗צוואַנציקסטן יאָרהונדערט „דאָמינירן אין דעם געביט פון שטודיעס פון יידיש“ (ביידער 2013: 87; אויך 92). סכנת נפשות, בלייבט נאָר אַרויסרופן די פּאָזשאַרנע קאָמאַנדע אָפּהיטן קהל פון אַזאַ דאָמינירונג.

III

       ס′איז לחלוטין אמת, אַפילו באַשיימפּערלעך קלאָר, אַז ביי געוויסע פראַגן וואָס זיינען נוטה צו אינטערפּרעטירונג, וואָס זיינען צודערצו ביי קהל „אויפרייצנדיקע“ גרונט⸗פראַגן, וואָס רופן אַרויסעט אַלערלייאיקע עמאָציעס און רעאַקציעס, איז ווירקלעך פאַראַן עד⸗היום אַ נטיה צו שפּירן אַז די פאַראַנענע מיינונגען זיינען עלול צו האָבן אַ באַוואוסטזיניקע אָדער אומבאַוואוסטזיניקע שייכות מיט אויסנווייניקסטע, סאָציאָלאָגישע און פּסיכאָלאָגישע פאַקטאָרן אין דער פאָרשונג פון אַוועלכן ניט איז לשון; לשון איז פאַרקניפּט מיט פאָלק, געזעלשאַפט, מענטשן, געשיכטע, געפילן. ביי הייסע אוהבי יידיש, בתוכם פּראָפעסיאָנעלע פאָרשער, איז אַ סברא מעיקרא מער נאַטירלעך אַז יידיש זאָל שטאַמען פון סאַמע אָנהייב אשכנז לויט אַ ריי שיטות און ראיות; ביי פּראָפעסיאָנעלע פאָרשער פון דער גערמאַניסטיק איז מער נאַטירלעך צונויפשטעלן אַן הדרגהדיקע דיפערענצירונג פונעם קאָטעריטאָריאַלן דייטש (זע למשל די סך⸗הכלען אין כ″ץ 1988; 1991: 30-25, 43-37).

       אָט אַזעלכענע יסודותדיקע פאַרשיידנאַרטיקייטן אינעם קוק מצד גרופּעס מיט זייערע פעסטע אויסגאַנג⸗פּונקטן זיינען גאָר ניט קיין חידוש, ווי אַזוי מען זאָל אַליין ניט האַלטן, ס′איז שיער ניט אַריין אין כלל פון: וואַסער איז נאַס. וויכטיק איז, מ′זאָל מיט קלאָרקייט פאַרשטיין אין וואָס דאָ גייט אין ניט פאַרפּלאָנטערן מיינונגען איבער טעאָרעטישע פראַגן וואָס בלייבן במילא מוטל בספק און אָנגעווענדט אינעם צוגאַנג (צי אַפילו אין די „נאַציאָנאַל⸗אידעאָלאָגעשע“ איבערצייגונגען פונעם פאָרשער) מיט בפירוש היסטאָרישע לינגוויסטישע פראַגן אַרום וועלכע געבראַכטע ראוית און אסמכתאות קענען דעבאַטירט ווערן אין אַ ספּעציפיש⸗לינגוויסטישן זין, און יעדע אַראָפּגעבראַכטע ראיה איז אַ נראה און אַ נגלה, וואָס יעדן איינעם איז תמיד אָפן די ברירה פאַרמעסטן זיך די ראיה אָפּפרעגן און סותר זיין.

       ביי די פּרטי פּרטים פון דער היסטאָרישער לינגוויסטיק, און גראַדע אין תחום פון דער מעטאָדאָלאָגע וואָס וועגן איר רעדט אַזויפיל פריינט ביידער, געפינען מיר, נסים ונפלאות, אַז די „יינגערע“ מחנות יידישיסטן האָבן פון אָנהייב צוואַנציסטן יאָרהונדערט און ווייטער דעם קאָמפּאַראַטיוון מעטאָד אָפענערהייט און מיט פרייד איבערגענומען ביי די גערמאַניסטישע (און אַנדערע אייראָפּעאישע) גרונטלייגער פון דער מאָדערנער היסטאָרישער לינגוויסטיק פון ניינצעטן יאָרהונדערט און ווייטער. די פאָרשער פון דער יידישיסטישער שול וואָס האָבן זיך פאַרנומען מיט דער געשיכטע פון יידיש זיינען אַלעמערשטנס געווען אויסגעשולט אין דעם קאָמפּאַראַטיוון מעטאָד פון רעקאָנסטרוקציע, וואָס עס האָבן גראַדע אין דער גרעסטער מאָס אַנטוויקלט דייטש⸗שפּראַכיקע לינגוויסטן. באַקומט זיך, עפן זיך הימל, אַז די מעטאָדאָלאָגיע פון דער שטרענגער קאָמפּאַראַטיווער רעקאָנסטרוקציע איז גאָר אַ ירושה פון גערמאַניסטן צו יידישסטן, איז איבעריק צו ריידן וועגן אַ כלומרשטיקן דוחק אין וויסנשאַפעלטעכער שטרענגקייט ביי די (היט זיך אין גאַס) „יודעאָ⸗צענטריקער“.

       דעם קאָמפּאַראַטיוון מעטאָד האָט אַ סברא אַמשענסטן און אַמקלאָרסטן פאָרמולירט דער שווייצאַרער גאון פערדינאַנד דע סאָסיר (Ferdinand de Saussure) אין זיין Cours de linguistique générale וואָס צוויי פון זיינע תלמידים האָבן שוין נאָך זיין טויט צונויפגעשטעלט פון זייערע נאָטיצן. דאָ וועט קלעקן מערניט איין הויפּט⸗פּרינציפּ ציטירן. אָדאָס איז דער פּרינציפּ פון דער רעקאָנסטרוקציע גופא, פונעם רעטראָספּעקטיוון מעטאָד. דער אויסגאַנג⸗פּונקט באַשטייט דווקא ניט פון די צופעליק אויפגעהיטע פּאַפּירעלעך פון אַמאָל מיט זייערע תשעה⸗ניינציק ספקות (אַ סך מער ווען עס האַנדלט זיך אין אַ מלוכהלאָזער שפּראַך), נאָר פון די עמפּיריש⸗פאַקטישע מאַטעריאַלן וואָס דער פּראָפעסיאָנעל אויסגעשולטער לינגוויסט פאַרצייכנט און פאַררערקאָדירט פון לעבעדיקן מויל פון מענטשן וואָס ריידן אויף דער געפאָרשטער שפּראַך. די גבורה פונעם מעטאָד אין אַוועלכן ניט איז פאַל איז דירעקט אָפּהענגיק אָן דער וואָגיקייט פון דער עווידענץ (זע פון אָריענטאַציע⸗וועגן סאָסירס פינפטן חלק, זז. 316-291 אין דער ערשטער ענגלישער אויפלאַגע, סאָסיר 1916).

       דער גוואַלדיקער כח פון דער רעקאָנסטרוקציע, וואָס איז אַ יסוד היסודות פון דער געשיכטע פון יידיש און פון אַוועלכער ניט איז שפּראַך, זאָל דער פאָרשער זיין אין פּערזענלעכן לעבן אַ יידישיסט צי אַ גערמאַניסט, אַ יאַפּאָנעזער צי אַ מעקסיקאַנער, באַשטייט אין אַ ריי פּרינציפּן. אויפן שפּיץ מעסער, פון סאָסירן:

       „[…] די דיאַכראָנישע לינגוויסטיק האָט אַ פאָראויס⸗קוקנדיקע פּערספּעקטיוו, נאָכפאָלגנדיק דעם גאַנג פון דער צייט; און אַ צוריק⸗קוקנדיקע פּערספּעקטיוו, וואָס פירט אונדז אין דער פאַרקערטער ריכטונג. די ערשטע פון די דאָזיקע פּערספּעקטיוון קאָרעספּאָנדירט מיט דער פאַקטישער פּראָגרעסיע פון די געשעענישן. […] אָט דער מעטאָד איז פּשוט אַ פראַגע פון נאָכקוקן די פאַראַנענע באַווייזן. אָבער אין זייער אַ סך פאַלן איז אָט דער מיטל, ווי אַ מעטאָד צו דער דיאַכראָנישער לינגוויסטיק ניט אַדעקוואַט אָדער בכלל ניט שייך, מחמת דעם וואָס אויף צו שילדערן די געשיכטע פון אַ שפּראַך פּרטימדיק, פאָלגנדיק די כראָנאָלאָגישע סעקווענץ, וואָלטן מיר געמוזט האָבן אַן ענדלאָזע סעריע פאָטאָגראַפיעס פון דער שפּראַך, אַראָפּגענומען אַיעדע מינוט. אָבער אָט די באַדינגונ ווערט דאָך קיינמאָל ניט רעאַליזירט. […] דאַרף מען אָפּלאָזן דעם פאָראויס⸗קוקנדיקן מעטאָד, מיט זיין פאַרלאָזן זיך אויף דירעקטער דאָקומענטירונג, לטובת דער פאַרקערטער ריכטונג,  און ווייטער אַרבעטן רעטראָספּעקטיווערהייט,  אַ ק ע ג ן  דער כראָנאָלאָגישער סעקווענץ פון די געשעענישן. […]. אַזוי אַרום דערמעגלעכט אונדז דער רעטראָספּעקטיווער מעטאָד צוצוקומען צו אַ פאַרגאַנגענהייט אין דער געשיכטע פון אַ שפּראַך, צוריקצוצו העט ווייטער איידער די צייט פון די סאַמע ערשטע דאָקומענטן“. (סאָסיר 1916: 293-292)

IV

       מאי קא משמע לן? אין דער געשיכטע פון יידיש, וואו עס איז סיי ווי קיינעם ניט אָנגעגאַנגען אין די ערשטע יאָרהונדערטער פון דער שפּראַך (לחלוטין קיין נפקא⸗מינה ניט, צי האַלט מען פון איין „עלטער“ אָדער פון אַ צווייטן „עלטער“ פון יידיש) זי אָפּשפּיגלען אַן ערך ווי זי ווערט גערעדט. פאַרקערט, מיר ווייסן זייער גוט וועגן דער אויסערגעוויינלעך גרויסער סטיליזירונג אין דער ריכטונג פון פאַרשיידענע פאָרמעס פון דייטש (זע כ″ץ 1987: 48-47  אַוואו ס′ווערן געבראַכט מראה⸗מקומות צו פריערדיקע פאָרשונגען צום ענין).

       ביידער זאָגט זיך אָפּ פון די פאַנטאַזיעס פון וועקסלערס „לאָגיש ניט⸗קלאָרער קלאַסיפיקאַציע“ פון יידישע לשונות (ביידער 2013: 103), און אין דעם זיינען מיר מיט אים, קיין חידוש ניט, אינגאַנצן מסכים (זע כ″ץ 1985: 86-85; 1991). ער אַליין איז אָבער פאַרכאַפּט, און זאָל אים צו געזונט זיין, מיט (צווישן אַנדערע) „יידן⸗גריכיש“,  „יידן⸗לאַטיין“, „יידן⸗פּראָווענסאַל“, „יידן⸗מזרח⸗סלאַוויש“, און נאָך (ז. 105), און וויל האָבן (ווי אַנדערשוואו), אַז מערב יידיש און מזרח יידיש שטאַמען פון פאַרשיידענע קוואַלן, מערב יידיש פאַרנעמענדיק דאָס אָרט פון „יידן⸗פראַנצייזיש“,  בעת ווען מזרח יידיש זאָל זיין דער במקום פון „יידן⸗מזרח⸗סלאַוויש“ (דאָרטן).

       אָט די דעבאַטע איז אויף אַ צווייטער געלעגנהייט. מיר האָבן אַנדערשוואו אַרומגערעדט די ראיות פאַר אַ בשותפותדיקן אָפּשטאַם פון מערב יידיש און מזרח יידיש פון אַן עלטערער קדמון שפּראַך (למשל אין כ″ץ 1982; 1985; 1987; 1981א; 1981ג; 1991א; 1991ג; 2010: 29-23, 400, הערה צו זז. 27-26).

       לאָמיר אָבער פונדעסטוועגן געבן אַן איינאיינציקן ניט זייער טעכנישן ביישפּיל. אויב אין אַלע יידישע דיאַלעקטן וואָס די יידישע לינגוויסטיק האָט פאַרצייכנט אין לעבעדיקן לשון פון בני אדם (אַריינגערעכנט די אַלע פאָרשונגען פון לעצטן מערב יידיש), איז דאָס וואָרט אויפן מאור הגדול אַ קרובה פון זון, און דאָס וואָרט אויפן מאור הקטן אַ קרובה פון לבנה. אַ סימן האָבן מיר, אַז דער דאָזיקער אָביעקטיווער פאַקט איז בנמצא געווען פון פריער. קוקט מען זיך צו צו דער פאָנאָלאָגיע, זעט מען אַז די רעאַליזירונגען זיינען אומעטום פאַרשיידן לויט די אַנטוויקלונגען פון דער איינהייטלעכער קלאַנגען⸗סיסטעם (טייטש: אַז זיי זיינען חל סיי איבערן גערמאַנישן סיי איבערן סעמיטישן קאָמפּאָנענט פון יעטוועדער דיאַלעקט). צו די מאָדערנע מזרחדיקע דיאַלעקטן דאַרף מען נאָר אַ פרעג טאָן ביי אַ דרומדיקן יידן בכדי צו הערן zin אַקעגן lǝvúnǝ, און ביים צפונדיקן בכדי דערהערן zun  אַקעגן lǝvɔ́nǝ. קוקן מיר זיך אַריין צו די לינגוויסטישע באַשרייבונגען אין צוואַנציקסטן יאָרהונדערט פון לעצטן מערב יידיש, געפינען מיר אַשטייגער אין האָלאַנד zŏn אַקעגן lǝvṓnǝ  און אין עלזאַס zun אַקעגן lǝvṓnǝ (לויט דער פאָרגעלייגטער קלאַסיפיקאַציע, וועט דאָס הייסן צפון⸗מערב יידיש און דרום⸗מערב יידיש; זע כ″ץ 1983). דוגמאות פון חומר פון לעבעדיקן לשון: צו צפון⸗מערב יידיש, אין האָלאַנד און פריזלאַנד, זע ביים 1954; 1970; 1975; צו דרום⸗מערב יידיש, אין עלזאַס און לאָטרינגען זע: ווייס 1896; ווייל 1921-1920; צבי 1969; צוקערמאַן 1969; אין דער שווייץ זע גוגענהיים⸗גרינבערג 1961; 1973.

       אין משך פון די יאָרן האָבן מיר פאָרגעלייגט ספּעציפישע מעטאָדאָלאָגיעס צום מעסטן די מדרגות פּראָטאָ⸗יידישן מהות, איכותדיק גערעדט, און לאָמיר באַלד אויף אַן אָרט אונטערשטרייכן, ערשטנס אַז עס רעדט זיך וועגן מדרגהשקייט — קיינער נאַרט זיך ניט, אַז אַוועלכער ניט איז גאַנצער יידישער דיאַלעקט שטאַמט גאַנצערהייט פון אַ פּראָטאָ⸗שפּראַך, אַזאַ השגה קען מען אַפּנים נאָר הערן ביי אַן אָפּאָנענט וואָס לאַכט אָפּעט. והשנית, רעדט זיך וועגן איכות ניט וועגן כמות, דהיינו די שפּראַך⸗גענעטישע פאַרהעלטענישן זיינען לינגוויסטיש דעפינירט לויט זייער באַדייט.

       מער פּרטימדיק גערעדט געוואָרן, האָבן מיר, נאָכגייענדיק בירנבוים (1923), בן⸗נון (1936; 1973) און וויינרייכן (1960ב), דערזען אין די סיסטעמען באַטאָנטע וואָקאַלן פון  אַ ל ע  יידישע דיאַלעקטן אַ מדרגה קאָרעספּאָנדענץ פון פאָראויסזעלעכקייט, און שייכותדיקייט צו די ביידע פּאן⸗יידישע קאָמפּאָנענטן פון יידיש וואָס קען בשום אופן ניט זיין „צופאַל“ (כ″ץ 1982: 74-52; 1983).

       מחמת צופיל צופאַל = שוואַכע לינגוויסטיק.

       אַנדערשוואו האָבן מיר געשילדערט פּאַראַלעלע אַנאָמאַליעס איבער גאַנץ יידיש (אומעטום מיט עמפּיריש דערוויזענע לאָקאַלע אַלט⸗אַנטוויקלטע פאָנעטיש⸗פיזישע אייגנשאַפטן) לגבי די מקור שפּראַכן (זע למשל כ″ץ 1982: 295-283; 1985: 97-95); דערצו אויך פאָרגעשלאָגענע מעטאָדאָלאָגיעס פון סאָציאָלינגוויסטיש⸗פאָנאָלאָגישער רעקאָנסטרוקציע (כ″ץ 1980), און פון דער אינעווייניקסטער רעקאָנסטרוקציע (כ″ץ 1982: 221-182).

       ס′איז פונדעסטוועגן שייך זיך מודה ומתוודה זיין, טאַקע גלייך אויף אַן אָרט: דער ענין פאָדערט אַ סך מער אַרבעט. מען דאַרף דאַנקבאַר זיין ביידערן און אַנדערע וועלכע פּרובירן אָפּפרעגן פּראָטאָ יידיש און פּרואוון דערווייזן אַז מערב יידיש און מזרח יידיש האָבן אַ באַזונדערן אָפּשטאַם. הגם זייערע ראיות, מיט דער גאַנצער קלאַפּערגעצייג פון מזרח⸗יידן⸗סלאַוויש ביזקל יידן⸗פּראָווענסאַל מעגן אפשר גלאַט זיין נעכטיקע טעג. די אָבער אין אונדזער מחנה, וואָס מען איז זיי משלח ביי היינטיקן טאָג ווי אַ מין „יודעאָ⸗צענטרישן“ (רחמנא לצלן) פּלפּול, האָבן אויך ניט דערוויזן די זאַך כדבעי, אין דער פולער מאָס. בלייבן בלייבט אַן אויפגאַבע פאַר אַ דאָקטאָראַט אָדער בוך: אַ לינגוויסטישער ווערטערבוך, קלאַנגען⸗בוך און פאָרמע⸗בוך פון פּראָטאָ יידיש,  נ י ט  ווי אַ טענה אַז גענוי אַזוי האָט עמעצער אַמאָל גערעדט, פאַרשטייט זיך, נאָר ווי אַ גבורהדיקע קאָנסטרוקציע וועמענס עמפּירישע וואָרהאַפטיקייט ווערט אויפגעוויזן דורך אויסגעהאַלטענע צווישן⸗שייכותן מיט פאָרמעס דאָקומענטירטע פון לעבעדיקע יידישע דיאַלעקטן מצד פילאָלאָגן און אַנדערע אין משך פון די לעצטע עטלעכע הונדערט יאָר (אַריינגערעכנט די אַלע ווערק איבערן לעצטן גערעדטן מערב יידיש, פאַרשטייט זיך). הלוואי בקרוב.

V

       ואחרון אחרון, פון קאָנטראַסט וועגן ניט אויף אַזויפל וועגן פאַקטן ווי וועגן דעם, וואָס איז נוגע דער יידישער לינגוויסטיק, ברענגען מיר אַ טאַבעלע וואָס איז בדיעבד אַן ענטפער אויף ביידערס טאַבעלע „פאָרגעלייגטע קייט פון שפּראַכן גערעדט ביי יידן“ (ביידער 2013: 105), אַוואו מערב יידיש קומט אויפן אָרט פון „יידן⸗פראַנצייזיש“ בשעת ווען מזרח יידיש וואַקסט אויס אויפן באָדן פון „יידן⸗מזרח⸗סלאַוויש“ מיט אַ צושטראָם אויך פון, טויזנט איין נאכט — „יידן⸗פראַנצייזיש“… עס פיגורירן אויך „יידן ⸗טשעכיש“, „יידן⸗פּראָווענסאַל“ און נאָך.

       מיר האַלטן אגב אַז די עצם עקזיסטענץ פון טייל פון די דאָזיקע שפּראַכן איז גענוג מוטל בספק, אַז בויען אַ געשיכטע פון יידיש אויף אַזאַ סמך איז מעטאָדאָלאָגיש גרייזיק (און ווער ווייס, ביי עמעצן אפשר אויך אַ קאַפּ  „יודעאָ⸗צענטריש“). פונדעסטוועגן איז די טיר ניט פאַרמאַכט, פאַרקערט: נייע פאָרשלאַגן זיינען עלול צו באַרייכערן סיי דעם פאַרנעם פון די דיסקוסיעס, סיי דעם אַלגעמיינעם וויסן. נאָר וואָדען, עס איז דאָ חל דער „עליו הראיה“. וויל מען טענהן אַשטייגער אַז מזרח⸗יידן⸗סלאַוויש איז לינגוויסטיש אַ מקור פון כלל מזרח יידיש, דאַרף מען קומען מיט עמפּירישע ראיות, מיט אַ קאָרפּוס ווערטער, פאָרמעס, קאָנסטרוקציעס, קלאַנגען, וואָס זאָל ניט זיין, וואָס זייערע אבי אבות, די פּראָטאָ פאָרמעס זיינען פאַראַן געווען אינעם פּאָסטולירטן מזרח⸗יידן⸗סלאַוויש; און וואָס זייערע בני בנים, די רעפלעקסן, טרעפט מען עמפּיריש איבערן גאַנצן שטח פון מזרחדיקן יידיש. מיט אַ פעסטן קאָרפּוס פון סאָלידע באַווייזן קען מען נעמען לעגיטים אויסבויען אַזאַ בנין, אָדער לפּחות אַ כאַטע. ניתי ספר ונחזי.

       צי מען האַלט אַשטייגער פון אַ ראָמאַנישן (אָדער לעזישן) קאָמפּאָנענט ממש אין יידיש, צי מען האַלט נאָר פון אַ קליינער צאָל איינסן, איז די עווידענץ פון יידיש כולה אַ באַדייטנדיקער, אַז למשל „בענטשן“ און „לייענ(ען)“, זיינען געווען אין פּראָטאָ יידיש. אַנדערש וואָלטן זיי זיך ניט געטראָפן אינעם „מדן ועד באר שבע“ פון דער גאַנצער ריזיקער טעריטאָריע פון יידיש אין אייראָפּע. דער נמשל: וויל מען אַרויסרוקן די השערה, אַז (דער פּאָסטולירטער) מזרח⸗יידן⸗סלאַוויש איז דער מקור אַפילו פון אַ פּיצינקן חלק פון כלל מזרח יידיש דאַרף מען קומען מיט ראוית. און אַזוי ווי מיר ווייסן פון די ראָמאַנישע איינסן, קען אויך דעמאָלט די לינגוויסטישע טעאָריע נאָר האָבן אַזויפל האַפט ווי עס האָט דער סך⸗הכל, דהיינו דער איכות מיטן כמות, פון דער עווידענץ.

       ניט טענהנדיק אַז דאָס איז חלילה די געשיכטע פון לשונות ביי יידן בכלל, לייגן מיר פאָר אַ ניט⸗איבערגעריסענע לינגוויסטישע קייט פון העברעאיש ← אַראַמיש ←  יידיש, וואו די לינגוויסטישע שייכותן זיינען צום דערווייזן און בולט באַשיימפּערלעך אין אַ בפירוש אָנזעעוודיקער שפע פון עמפּירישער עווידענץ. כדלהלן:

ב י  ב ל י אָ ג ר אַ פ י ע

אַלטהאַוס, האַנס פּעטער

1972

Hans Peter Althaus, “Yiddish” in Thomas A. Sebeok (ed), Current Trends in Linguistics. Vol 9: Linguistics in Western Europe, Mouton: The Hague & Paris, 1345-1382

באָראָכאָוו, בער

1913

„די אויפגאַבן פון דער יידישער פילאָלאָגיע“ אין ש. ניגער (רעד.), דער פּנקס. יאָרבוך פאַר דער געשיכטע פון דער יידישער ליטעראַטור און שפּראַך, פאַר פאָלקלאָר, קריטיק און ביבליאָגראַפיע, ב. א. קלעצקין: ווילנע, זז. 22-1.

ביידער, אלכסנדר

2013

Alexander Beider, “Reapplying the Language Tree Model in the History of Yiddish” in Journal of Jewish Languages 1: 77-121

ביים, האַרטאָך

1954

Hartog Beem, “Yiddish in Holland: Linguistic and Sociolinguistic Notes” in Uriel Weinreich (ed), The Field of Yiddish 1: 122-133

1970

Jerŏsche. Jiddische spreekwoorden en zegswijzen uit het Nederlandse taalgebied, Van Gorcum: Assen [2nd edition]

1975

שארית: Resten ven een taal. Woordenboekje van her Nederlandse Jiddisch, Van Gorcum: Assen [2nd edition]

בירנבוים, שלמה

1922

Salomo Birnbaum, Das hebräische und aramäische Element in der jiddischen Sprache. Inauguraldissertation verfasst und der philosophischen Fakultät der bayer. Julius-Maximilians-Universität Würzburg zur Erlangung der philosoph. Doktorwürde vorgelegt am 10. June 1921, Zahn & Baendel: Kirchhain

1923

“Übersicht über den jiddischen Vokalismus” in Zeitschrift für deutsche Mundarten 18.3-4: 122-130

1929

 “Jiddische Sprache” in Jüdisches Lexikon, Jüdischer Verlag: Berlin, 3: 269-278

1979

Solomon A. Birnbaum, Yiddish. A Survey and a Grammar, Manchester University Press: Manchester & University of Toronto Press: Toronto

בןנון [פישער], יחיאל 

1973   [היידעלבערגער דיסערטאַציע פון 1936, טיילווייז פאַרעפנטלעכט אַלס פישער 1936]

Jechiel Bin-Nun, Jiddisch und die deutschen Mundarten under besonderer Berücksichtigung des ostgalizischen Jiddisch, Max Niemeyer: Tübingen

גוגענהיים⸗גרינבערג, פלאָרענץ

1961

Florence Guggenheim-Grünberg, Gailinger Jiddisch, Vandenhoeck & Ruprecht: Göttingen

1973

Jiddisch auf alemannischem Sprachgebiet, Juris: Zürich

דזשייקאָבס, ניל

2005

Neil G. Jacobs, Yiddish: A Linguistic Introduction, Cambridge University Press

ווייל, עמנואל

1921-1920

“Le Yidisch Alsacien-Lorrain” in Revue des Études Juives 70: 180-194, 71: 66-88, 165-189, 72: 65-88 [+ 72: 192-202]

וויינרייך, מאַקס

1923

Max Weinreich, Geschichte und gegenwärtiger Stand der jiddischen Sprachforschung. Inaugural-Dissertation zur Erlangung der Doktorwürde einer hohen philosophischen Fakultät der Philipps-Universität zu Marburg

1940

„יידישע פילאָלאָגיע“ אין אַלגעמיינע ענציקלאָפּעדיע. יידן ב, דובנאָוו פאָנד: פּאַריז, זז. 101-108.

1960א

“Old Yiddish Poetry in Linguistic-Literary Research” in Word 16: 100-118

1960ב

„די סיסטעם יידישע קדמוןוואָקאַלן“ אין יידישע שפּראַך 20: 71-65.

1973

געשיכטע פון דער יידישער שפּראַך. באַגריפן, פאַקטן, מעטאָדן, פיר בענד,  יידישער וויסנשאַפטלעכער אינסטיטוט (ייוואָ): ניו⸗יאָרק.

ווייס, צ. ט.

1896

C. Th. Weiss, “Das Elsasser Judendeutsch” in Jahrbuch für Geschichte, Sprache und Litteratur Elsass-Lothringens 12: 121-182 [+ 13: 171-183, 14: 78-82]

זיסקינד, נתן

1953

„באַטראַכטונגען וועגן דער געשיכטע פון יידיש“ אין יידישע שפּראַך 13: 108-97.

כ″ץ [\קאַץ], הירשעדוד

1980

Dovid Katz, “The Wavering Yiddish Segolate: A Problem of Sociolinguistic Reconstruction” in International Journal of the Sociology of Language 24: 5-27

http://dovidkatz.net/dovid/PDFLinguistics/1980.pdf

1982

Explorations in the History of the Semitic Component in Yiddish, University of London PhD thesis

http://dovidkatz.net/dovid/PDFLinguistics/1982.pdf

1983

“Zur Dialektologie des Jiddischen” in Werner Besch (et al.), Dialektologie. Ein Handbuch zur deutschen und allgemeinen Dialektforschung, 2, Walter de Gruyter: Berlin, 1018-1041

http://dovidkatz.net/dovid/PDFLinguistics/1983a.pdf

1985

“Hebrew, Aramaic and the Rise of Yiddish” in Joshua A. Fishman, Readings in the Sociology of Jewish Languages, E.J. Brill: Leiden, 85-103

http://dovidkatz.net/dovid/PDFLinguistics/1985.pdf

1987

The Proto Dialectology of Ashkenaz in Dovid Katz (ed), Origins of the Yiddish Language, Pergamon: Oxford, 47-60

http://dovidkatz.net/dovid/PDFLinguistics/1987.pdf

1991א

„דער סעמיטישער חלק אין יידיש: אַ ירושה פון קדמונים“ אין אָקספאָרדער יידיש, 2: 95-17.

http://dovidkatz.net/dovid/PDFLinguistics/1991a.pdf

1991ב

 A Late Twentieth Century Case of katóves in D0v-Ber Kerler (ed), History of Yiddish Studies, Harwood: Chur, 141-163

http://dovidkatz.net/dovid/PDFLinguistics/1991aa.pdf

1991ג

The Children of Heth and the Ego of Linguistics: A Story of Seven Yiddish Mergers in Transactions of the Philological Society 89.1: 95-121

http://dovidkatz.net/dovid/PDFLinguistics/1991b.pdf

1996

„צוועלף שיטות, זעקס הונדערט יאָר: די יידישע לינגוויסטיק“ אין ירושלימער אַלמאַנאַך, באַנד 25: זז. 257-225.

2006

רעצענזיע איבער דזשייקאָבס 2005 אין

AJS Review: Journal of the Association for Jewish Studies 30.2: 471-473

http://dovidkatz.net/dovid/PDFLinguistics/2006-Review-of-Jacobs.pdf

2010

  Words on Fire: The Unfinished Story of Yiddish, Basic Books: New York

מיזעס, מאַטיאַס [מיזיש, מתתיהו]

1908

„מתתיהו מיזעסעס רעפעראַט וועגן דער יידישער שפּראַך“ אין מאַקס וויינרייך און זלמן רייזען (רעדאַקטאָרן), די ערשטע יידישע שפּראַך קאָנפערענץ. באַריכטן, דאָקומענטן, און אָפּקלאַנגען פון דער טשערנאָוויצער קאָנפערענץ 1908, יידישער וויסנשאַפטלעכער אינסטיטוט: ווילנע, זז. 193-143.

1915

Matthias Mieses, Die Entstehungsursache der jüdischen Dialekte, R. Lőwit: Wien

סאָסיר, פערדינאַנד דע

1916

Ferdinand de Saussure, Cours de linguistique générale, publié par Charles Bally et Albert Sechehaye, Librairie Payot: Lausanne & Paris

פוקס, לייב

1957

L. Fuks, The Oldest Known Literary Documents of Yiddish Literature (c. 1382), II vols, E. J. Brill: Leiden

פישער, יחיאל

1936 [אַ טיילווייזע פאַרעפנטלעכונג פון דער דיסערטאַציע וואָס איז בשלמות און רעווידירטערהייט אַרויס אַלס בן⸗נון 1973]

Jechiel Fischer, Das Jiddische und sein Verhältnis zu den deutschen Mundarten unter besonderer Berücksichtigung der ostgalizischen Mundart. Erster Teil. Erste Hälfte: Allgemeiner Teil. Inauguraldissertation zur Erlangung der Doktorwürde einer hohen philosophischen Fakultät der Ruprecht-Karls-Universität Heidelberg, Oswald Schmidt: Leipzig

צבי (ציווי, זיווי), אַרטור

1969

Arthur Zivy, Elsasser Jiddisch, Basel

צוקערמאַן, רחמיאל

1969

Richard Zuckerman, “Alsace: An Outpost of Western Yiddish” in Marvin I. Herzog et al (eds), The Field of Yiddish 3: 36-57

שאַנדלער, דזשעפרי

2006

Jeffrey Shandler, Adventures in Yiddishland. Postvernacular Language and Culture, University of California Press: Berkeley


אַ דאַנק:

לייזער בורקאָ (ניו⸗יאָרק) פאַר זיינע תיקונים צו אַ פריערדיקן נוסח; גיעדרע בעצאָניטע (ווילנע) פאַרן צוגרייטן די טאַבעלע. פאַרשטייט זיך אַז די פולע אחריות פאַרן תוכן און פאַר שוואַכקייטן טראָגט דער מחבר אַליין.


פאַרעפנטלעכט: דרייסיק טעג אין אב תשע″ג \ דעם 6טן אויגוסט 2013

לעצטע הגהה: זיבן טעג אין אלול תשע″ג \ דעם 13טן אויגוסט 2013

Comments are closed.