Keepsakes of Old Jewish Vilna (9)

 by Dovid Katz


ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן

ט′

          אַ טשיקאַווער ספרל: „ספר יד ושם“, וואו די ווערטער וואָס ביי ישעיה הנביאן (נ″ו: ה′), גערעדט געוואָרן ווערן קינדערלאָזע מענטשן (סריסים) און דעם דענקמאָל און דעם נאָמען וואָס דער אייבערשטער וועט זיי פונדעסטוועגן געבן, זיינען שייך צו אַ מער קבלהמעסיקן באַדייט. אויפן שער⸗בלאַט אויף לשון קודש:

          „פאַרשיידענע מאמרים וואָס ריידן וועגן מרחקים און און אָרטשאַפט און וועגן די ענינים פון שדים און גיהנום, און פון זיי וועט קלאָר ווערן […]“

          דער מחבר איז ראובן ב″ר מנחם הלוי יזרעאל. ס′איז אַרויס ביי גאַרבערן אין ווילנע אין 1908. דער שער⸗בלאַט ווייזט אָבער אָנעט אַז געשריבן איז עס אין סלאַבאָדקע (ביי קאָוונע).

          אונדזער עקזעמפּלאַר טראָגט די נעמען פון צוויי באַזיצער פונעם ספרל. פון אָנהייב

          שייך לר′ חיים יצחק הורוויץ

          און צום סוף:

          ר′ שלמה מנחם בר′ חיים דוד הכהן גלאז


Comments are closed.