Mini-Museum of Old Jewish Vilna (48)

by Dovid Katz                        Index in English


ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן מ″ח

אַ בינטל אַנאָנסן פון 1921טן יאָר מיט זייערע ווילנער אַדרעסן אין קראָנענבערגס „נייעם מאָרגן“

A

      אין דער טעגלעכער ווילנער צייטונג, „דער נייער מאָרגן“, פונעם 2טן אויגוסט 1921, אינעם קעסטל אויף דער לעצטער זייט וואָס רופט זיך  „דער וועג⸗ווייזער פאַר האַנדל און אינדוסטריע“ איז פאַראַן ווי תמיד אַ פענצטערל אין אַ כל⸗שהוא פון אַ פאַרשוואונדענעם יידישן לעבן. אַחוץ די מלאכות און געשעפטן גופא, זיינען פאַראַן אַדרעסן וואָס ווערן געגעבן מיט די טאָגטעגלעכע יידישע נעמען פון ווילנער גאַסן.

       מיר טרעפן דאָ די גאַסן (נאָך יעדער ווערט געבראַכט דער היינטיקער ליטווישער נאָמען פון גאַס):

  • אָשמענער גאַס (Ašmenos)
  • ברייטע גאַס (Didžioji)
  • גיטקע טויבעס זאַוואוליק (Šv. Mikalojaus)
  • דייטשע גאַס (Vokiečių)
  • זשמודסקע [עלטער: זאַמעטער גאַס; דערנאָכדעם: סטראַשון גאַס] (Žemaitijos)
  • ווילנער גאַס (Vilniaus)
  • קאַשטאַנאָווע (Kaštonų)
  • רודניצקער (Rūdninkų)

      די רעדאַקציע גופא, זעען מיר אונטן, געפינט זיך אויף גדאַנסקע (אַמאָליקע נייע גאַס, היינט Islandijos).

       דער רעדאַקטאָר און אַרויסגעבער פון „נייעם מאָרגן“ איז געווען דער קאָנטראָווערסאַלער  יעקב קראָנענבערג (1894 – בערך 1942), וואָס איז געווען זייער נאָענט מיט דער פּוילישער מאַכט אין 1921, ד.ה. אין דער צייט פון „מיטל⸗ליטע“ און דעם קאַמף אַרום גורל פון ווילנע. עס זיינען אַרויס סך⸗הכל 138 נומערן, אַלץ אין 1921 (זע: זלמן רייזען III, ק727 − 728). קראָנענבערג איז אומגעקומען אינעם חורבן בערך אין 1942.

B


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף גרויס פּאָהולאַנקע
  • ניינצן טעג אין שבט תשע″ה \ דעם 8טן פעברואַר 2015

Comments are closed.