Keepsakes of Old Jewish Vilna (39)

by Dovid Katz                        Index in English


 ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן

ל″ט

אַן אַלטע קמיע וואָס האָט זיך אָפּגעזוכט אין ווילנע

          אַ מעטאַלענע קמיע אויף לשון קודש צו אַ ניי⸗געבאָרן קינד.

          אויף איין זייט:

          „כתר תורה [די קרוין פון דער תורה, מיט אַ בילד פון דער קרוין אונטערגעשפּאַרט פון צוויי חיות (לייבן?) און ווייטער דאָ דער טעקסט וואָס רינגלט אַרום די דריי פאַרבליבענע ראַנדן, איבערגעזעצט אויף יידיש:] אָטאָ דער יינגל זאָל אויסוואַקסטן צו תורה, צו חופּה און צו מעשים טובים.“

          פון דער אַנדערער זייט:

          פון אויבן צוויי פישעלעך און דערנאָך דער טעקסט וואָס לייענט זיך אַן ערך, איבערגעזעצטערהייט: „זאָל עס זיין דיין ווילן, גאָט אונדזער גאָט, גאָט פון אונדזערע אבות, זאָלסט אָפּראַטעווען די תינוקות [אָדער: דאָס מיידעלע] פון דיין פאָלק ישראל, עס זאָל ניט אַריינפאַלן ביי זיי אין מויל די אסכרה [דיפטעריע אָדער ענלעכע חולאתן], און זאָלסט זיי אויפהאָדעווען צו דיין תורה און זאָלסט זיי מיט דיין רחמנות פאַרטיידיקן.“

          דער טעקסט איז זייער ענלעך צו אַ שיער⸗ניט סטאַנדאַרדן קיילעכדיקער מטבע⸗מעסיקער קמיע (מיט אַ קאַפּ אַ קירצערן טעקסט איידער אין קיילעכדיקן), וואָס האָט זיך אָפּגעזוכט אין ליטווישן שטעטל בירזש (Biržai); און וואָס מען זעט ביי פאַרשיידענע לעציטאַציעס (למשל: קדם, נ. 34) פון יודאַאיקאַ.

          דער טעקסט גופא האָט אוראַלטע מקורות, בתוכם דעם ירושלמי וועגן דער סגולה אַקעגן דער אסכרה.

דער העברעאישער טעקסט:

כ  ת [כתר תורה]

זה הילד יגדל לת″ לחו″ ולמעט [לתורה לחופה ולמעשים טובים]

י ר מ  ה א ו א  [יהי רצון מלפניך ה′ אלהינו ואלהי אבותינו]

שתציל תנוקת של עמך ישראל שלא תפול אסכרה בפיהם ותגדלם לתורתך ותגן עליהם ברחמיך

אמן


Comments are closed.