Keepsakes of Old Jewish Vilna (37)

by Dovid Katz


 ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן

ל″ז

          דער געבורט⸗צערטיפיקאַט פון חנה רודענסקי אויף לשון קודש און פּויליש. זי איז געבאָרן געוואָרן אין ווילנע אין 1912 (תרע″ב), צוואַנציק טעג אין אייר: לויטן „אַלטן סטיל“, ווי דעמאָלט אין מלכות רוסלאנד, דעם 24טן אַפּריל 1912; לויטן „נייעם סטיל“ וואָלט זיך עס באַקומען דעם 7טן מאַי 1912.

          ווייטער ווערן מיר געוואָר, אַז דער טאַטע איז געווען יוחנן בן יעקב רודענסקי פון וואַלאָזשין, אָשמענער קרייז; און די מאַמע: לאה בת אנשיל.

          דער אונטערגחתמעטער רב זאָגט בעצם עדות (אויף פּויליש) אַז די פאַקטן פון אָטאָ דעם דאָקומענט, פון 10טן יאַנואַר 1926, זיינען אויסגעהאַלטן מיט די פאַראַנענע שטאָט⸗דאָקומענטן פון 1912. אַפּנים איז דאָס די חתימה פון הרב יצחק רובינשטיין (1880 — 1945), וועלכער איז כידוע אָנערקענט געווען אַלס רב הראשי ניט פון אַלע ווילנער, נאָר דאָ איז קלאָר אַז ער פירט אַדורך ווייטער די קאַזיאָנע פונקציעס פון באַשטעטיקן געבורט⸗שיינען פאַר דער מלוכה. ווייטער שטייט אויף פּויליש אַז דער דאָקומענט ווערט געגעבן אין שייכות מיט קריגן אַ פּאַספּאָרט, און ווערט דערביי געמאַכט בחינם.

          אָט דער דאָקומענט פון 1926, וואָס אויף לשון קודש און פּויליש, איז אַפּנים געמאַכט געוואָרן אויפן סמך פון די געבורט⸗רעקאָרדן פון 1912 אויף לשון קודש און רוסיש. ווי תמיד, איז די אָפיציעלע שפּראַך אין ווילנע געווענדט אין דער בשעת⸗מעשהדיקער מאַכט.

          אַ יישר⸗כח פּראָפ. פּנחס פרידבערג (ווילנע) פאַרן שענקען דעם דאָקומענט פאַר אונדזער מוזייעלע. זיין מאַמע, חנה זלאַטקאָוויטש (1913 –  1995; זע איר ווילנער אַטעסטאַט פון 1930), איז יונגערהייט געווען באַחברט מיט חנה רודענסקין. פּראָפ. פרידבערג דערמאָנט זיך, אַז חנה רודענסקי איז אַוועקגעפאָרן אין ארץ ישראל פאַר דער מלחמה. דער לעצטער קאָנטאַקט צווישן די חברטעס איז געווען אַרום 1940. פראָפ. פרידבערג דערמאָנט זיך ווייטער אַז אין די סאָוועטישע צייטן פלעגט זיין פאָטער שטילערהייט אָנשליסן קול ישראל וואו עס איז געווען אַ דיקטאָרשע רודענסקי, וואָס די מאַמע, צוהערנדיק זיך אין ווילנע, האָט געהאַלטן, אַז דאָס איז ניט⸗אנדערש איר ווילנער יוגנט⸗חברטע.

          אַ האַרציקן דאַנק אַגאַ ציאַק (תל אביב) און כעראַרדאָ בעלטראַן (וואַרשע) פאַר זייער ברייטהאַרציקער הילף ביים איבערלייענען.


Comments are closed.