Keepsakes of Old Jewish Vilna (36)

by Dovid Katz


ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן

ל″ו

          דאָבקע יאָניס, וואָס איז געבאָרן געוואָרן אין זעזמער (זעזשמער) בערך דעם 15טן מערץ 1912, און האַלט איצט נאָענט צום 102טן געבאָרנטאָג, האָט אונדז געשאָנקען אַ דריידל וואָס זי האָט אַליין געמאַכט אָט דאָ אין ווילנע אין די סטאַלין יאָרן, ערגעץ אַרום 1950, ווען אַזעלכע רעליגיעזע, „קלעריקאַליסטישע“ אָביעקטן זיינען געווען שטרענג פאַרווערט.

          דאָבקע דערציילט, אַז זי האָט געאַרבעט אין אַ פאַבריק וואו מען מאַכט קליידער, און צו פאַרשיידענע נויטווענדיקייטן זיינען דאָרט געווען מאַשינען וואו מען גיסט אַריינעט בליי. האָט זי זיך אויסגעלערנט און געמאַכט מיט דער האַנט אַן אייגענעם ריכטיקן בלייענעם דריידל צו חנוכה. זי גיט אויך צו וויסן, אז זי האָט געהאָלפן מאַכן דריידלעך אויך אין זעזמער פאַר דער מלחמה, און האָט געוואוסט ווי אַזוי מען מאַכט זיי.


Comments are closed.