Keepsakes of Old Jewish Vilna (17)

by Dovid Katz


ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן

י″ז

אויבן לינקס אויפן שער⸗בלאַט פון אָטאָ דעם „חיי ישראל“, שטייט:

  •           מִסִפְרְי נחמי′ ליכטשטיין ווילנא
  •           קורא בביכנס דר′′ זאוויל זל

דאָס הייסט אפּנים:

  •           פון די ספרים פון נחמיה ליכטשטיין, ווילנע
  •         בעל⸗קורא אין דער זאַוול שול

ביי היינטיקן טאָג איז די זאַוול שול נעבעך אַ פאַרוואָרלאָזטע חורבה דאָרטן וואו עס קרייצט זיך סאַדאָווע (איצט: סאָדו) מיט בלומען⸗גאַס (געלו), ניט ווייט פון ווילנער וואָקזאַל. הלוואי זאָל זי האָבן אַ תיקון און אין יעדן פאַל ניט פאַרקויפט ווערן אויף אַראָפּוואַרפן.

זע: ר′ ישעיה עפּשטיין (תל אביב) דערמאָנט זיך אין דער זאַוול שול.


 

Comments are closed.