Keepsakes of Old Jewish Vilna (14)

by Dovid Katz


ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן

י″ד

          דער אַטעסטאַט פון רעקטאָר פון לייפּציקער אוניווערסיטעט אין דייטשלאַנד, דאַטירט דעם 6טן מערץ 1916, וואָס באַשטעטיקט די לימודים פון לאַזאַר (ד.ה. לייזער) עפּשטיין פון ווילנע אויפן געביט פון יוריספּרודענץ און פילאָסאָפיע (באַשטעטיקנדיק זיין סטודענטנשאַפט פון 1912 ביז 1914). געשאָנקען פון אַ חבר אין ווילנע. דאָס איז פשוט אַ רשימה פון קורסן אין וועלכע עס האָט זיך באַטייליטקט לאַזאַר עפּשטיין, אינאיינעם מיט דער באַשטעטיקונג אַז דער שכר לימוד איז באַצאָלט געוואָרן.

          אַ דאַנק ד″ר הערמאַן זיס (פירסטנפעלד ברוק, דייטשלאַנד) פאַר זיין הילף מיטן דאָקומענט.

          זע: יונתן גאלדשטיין (2013) [?]; סאָלאָן ביינפעלד (וויזענטאַל צענטער) [?].


 

Return to Top

Comments are closed.