Keepsakes of Old Jewish Vilna (43)

by Dovid Katz


 ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן מ″ג

דער פלאַכער חנוכה דריידל

hey nun

     דאָ אין ווילנע, און אין פאַרשיידענע שטעטלעך פון דער ליטוויש⸗יידישער טעריטאָריע האָבן זיך אָפּגעזוכט בשעת מעשה, אין גאַנג פון דיאַלעקטאָלאָגישע עקספּעדיציעס אין משך פון די יאָרן — פלאַכע דריידלעך! איז אַ קשיא, ווי אַזוי שפּילט מען זיך מיט זיי אין דריידל, בפרט נאָך אַז אויף איין זייט שטייט אַפּנים גימל און שין, און פון דער אַנדערער זייט: הא און נון… רבותי, ווער קען אונדז אַן ענטפער געבן אויך דער קשיא?

  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף גרויס פּאָהולאַנקע
  • צום לעצטן ליכטל חנוכה תרע″ה

Comments are closed.