Happy Birthday dear Akiva!


צום ערשטן סעפּטעמבער 2015

אַ ליכטיקן געבאָרנטאָג, טייערער עקיבא!

לכבוד מיין טייערן אמתן שוועסטערקינד, דעם אויסערגעוויינלעכן, הויך⸗טאַלאַנטירטן, שיינעם און שטענדיק וואַרעם⸗האַרציקן

עקיבא (קיווע) לאַקסער

וואָס איז פון די בעסטע און באַוואוסטסטע אַדוואָקאַטן אין מדינת ישראל, פון די באַליבטסטע פּערזענלעכקייטן אין גאַנץ תל אביב, און האָט פונדעסטוועגן ניט אָנגעוואָרן קיין טראָפּעלע יידישן חן פון זיינע טייערסטע טאַטע⸗מאַמע יעקבן מיט בלומקען, זיי אַ ליכטיקן גן⸗עדן (איך אַליין ווייס אויף זיכער וויפל נחת פון קיווען, אפרתן און די קינדער זיי שעפּן אין גן⸗עדן!).

און קיווען און זיין לעבנס⸗באַגלייטערין אפרתן — און די פּראַכטפולע טייערע קינדער: טל, יעקב⸗קאָבי, ברק⸗יוסף — ווינטשענדיק: גליק, געזונט, הצלחה, נחת פון קינדער און קינדס⸗קינדער, ביזקל הונדערט מיט צוואַנציק יאָר, אָמן.

פון די פריסטע יונגע יאָרן דערמאָנען זיך מיר אָפטמאָל די נעימותדיקסטע און וואַרעמסטע זכרונות פון די באַזוכן ביי בלומקען (בלומע⸗דישע), יעקב און קיווען אין דער דירה אויף 129 שדרות ראָטשילד האַרט לעבן הבימה, וואו עס איז אַלע וויילע אַריין אויך קיוועס טייערער און מערקווערדיקער פעטער אַבראַשקע, וואו עס פלעגן אַריינפאַלן אַזעלכע בני עיר ווי רופקע וואַסיליסקי און אַזלעכע שכנים ווי די טייערע רביצין פון אונטן — אַקיצור, וואו מען האָט געקענט שפּירן יעדע רגע ווי אַזוי די עכטע יידישקייט פון ראַדין און פון מיכאַלעשיק איז אַזוי שיין און שעפעריש צונויפגעפלאָכטן געוואָרן מיטן נסימדיק⸗אויפגעלעבטן ארץ ישראל.

בלייבט נאָר צו זאָגן קיווען און כל בית לאַקסער, בתוכם בית גובערסקי און בית ראָגאָווסקי, אַ גרויסן מזל⸗טוב צו די שבעים מיט די שענסטע ברכות ביז צו מאה ועשרים שנה.

מיט נאָענטשאַפט

פון דער נאָענט⸗ווייטער ווילנע (ניט ווייט פון ראַדין און מיכאַלעשיק, גיי ווייס!),

הירשע⸗דוד בן מעינקע (איש ברוקלין)

דאָס איז מעינקע באַדאַנעס; באַדאַנע אהרן⸗וועלוולס (גובערסקי) איז דאָך געווען די שוועסטער פון בלומקעס מאַמע כאַשקע  (כאַסל) אהרן⸗וועלוולס (גובערסקי), וואָס האָט דאָך חתונה געהאַט מיט קיווע ראָגאָווסקי פון ראַדין, נאָך וועמען אונדזער עקיבא איז אַ לעבעדיקער נאָמען, ביזקל צו די הונדערט צוואַנציק יאָר, אָמן!

www.dovidkatz.net

Comments are closed.