Freud and Yiddish for the 21st Century

פון הירשע⸗דוד כ″ץ (ווילנע) —

(ווילנער געדימינער טעכנישער אוניווערסיטעט; שמירת היסטאָריע (זשורנאַל); נײַער עננגליש⸗יידישער ווערטערבוךנײַ פאַרעפנטלעכטע אַרבעטןפּערזענלעכער אינטערנעט בלאַט)

נוסח פון צוויי⸗און⸗צוואַנציקסטן טאָג אין סיוון תשע″ח | דעם 5טן יוני 2018

ראשי פּרקים פון פּלאַנירטן רעפעראַט אויף דער קאָנפערענץ „יידיש לשון, אומבאַוואוסטזײַן, שפּראַכן“, אין סעריזי⸗לאַ⸗סאַל, פראַנקרײַך (21טן ביזן 28טן יולי 2020, מ′זאָל אַפדערויף דערלעבן) אונטער דער אָנפירערשאַפט פֿון אַלעסאַנדראַ בערגינאָ און מאַקס קאָהן בײַם סעריסער אינטנערנאַציאָנאַלן קולטור צענטער (צפון פראַנקרײַך)

דעפיניציעס: 

„פרויד“ = פרוידס כתבים, ניט דער יחיד (און זײַן אָפּשטאַם), לאו דווקא די פּאָפּולערע גילגולים פון זײַן טראַכטן;

„יידיש“ (ייִדיש, Yiddish) = סײַ אַ לשון סײַ אַ מדרגותאַרטיקע קאָנסטרוקציע בײַ מאָדערנע יידישיסטן און טוער, שעפער און טראַכטער;

„אידיש“ = די גערעדטע און געשריבענע שפּראַך בײַ הונדערטער טויזנטער חרדים, אין ווײַט גרעסטן פאַל — חסידים.

א
די פּסיכישע נפקא⸗מינה פון אידיש ביז יידיש

  בײַ איטלעכער שפּראַך זײַנען פאַראַן סײַ בוֹלטע סײַ רמיזאדיקע פרוידיאַנישע פאַרהעלטענישן, אַזוי אויך, פאַרשטייט זיך, בײַ אידיש, די טאָגטעגלעכע גערעדטע שפּראַך אין דער היים, אין שול און אויף דער גאַס בײַ די אַלע חסידים וועמענס שפּראַך איז אידיש (ניט אַלע חסידים, הגם די עמפּירישע עכטקײַט פון כלומרשטיקע „חסידים“ וואָס ריידן ניט אויף דער שפּראַך איז פאַר⸗זיך מוטל בספק). פאַראַן אַ סך אין וואָס זיך אַרײַנטראַכטן, נאָר ניט דאָס איז מען אין דער איצטיקער אַרבעט אויסן.

   דאַקעגן זשע, בײַ אידעאָלאָגישע יידישיסטן פון גאָר פאַרשיידענע איבערצײַגונגען, שיטות און סביבות, און אידענטיפיצירונגען מיט פאַרשיידנאַרטיקע גרופּעס, איז די פאַרנעמונג מיט יידיש געגליבן ווייניקער (צי בכלל ניט) מיט די ענינים פון היים⸗שפּראַך, וואָס זעען זיך אָן אין דער פּסיכאָאַנאַליטישער ליטעראַטור (פּסיכאָלינגוויסטיק, פּסיכאָלאָגיע פון שפּראַך, נאָך) סײַ מיט יחידישע און סײַ מיט געזעלשאַפטלעכע פּסיכישע אייגנשאַפטן.

   אַ מאָמענטאַלן קער טוענדיק פון „פרויד“ אין ליטעראַריש⸗אינטעלעקטועלן זין וואָס דאָ אויבן דעפינירט ביז צו פרוידן, דעם יחיד, איז טשיקאַווע זיך דערמאָנען אינעם בריוו זײַנעם צו דער ווילנער ייוואָ פון 30טן אַפּריל 1936; אָטאָ דעם בריוו האָט מאַקס ווײַנרײַך גענוצט „אָנשטאָט אַ הקדמה“ אין דער ערשטער העפט פון ווײַנרײַכס פרויד איבערזעצונג אויף יידיש, „אַרײַנפיר אין פּסיכאַָאַנאַליז“, ווילנע 1936). באַדויערט דאָרטן פרויד אַז ער קען אַפילו די יידישע אותיות ניט לייענען. נסים ונפלאות, אין זײַן גרונטווערק „וויצן און זייער שייכות מטן אומבאַוואוסטזײַן“ (לײַפּציק–ווין, 1905), באַווײַזט ער אַ פאַרטיפטע קענטעניש פון די כלים אויף איראָניע און הומאָר אין דער יידישער שפּראַך. אַכלל, אַז דאָ האָט זיך געזען אַ שמץ פון אַן אָנוואונק אויפן ווידעראַנאַנד „אידיש“ אַקעגן „יידיש“ וואָס איז הײַנט אַזאַ אָנזעעוודיקער יש.

ב

אבידה, שולד⸗לײַדונג, טרייסט

  די לײַדנשאַפטן און תאוות, וואָס גייען אַרײַן אינעם עצם דראַנג אָפּגעבן ריזיקע אָפּשניטן פונעם לעבן לטובת יידיש, זײַנען טיילמאָל פאַרבונדן מיט פּערזענלעכער שולד לגבי עלטערן און אַנדערע עלטערע נאָענטע און אייגענע וואָס זײַנען געשטאָרבן, אַוואו אָפּגעבן זיך מיט יידיש איז פאַר זיך סײַ אַן אומענדלעכע פאַרלענגערונג פון דער אבילות און בעת מעשה שטעלט עס מיט זיך פאָר אַ נחמה, אַזאַאָ וואָס איז צומאָל עלול זיך צעבליען אין שעפערישן דראַנג (אונטן, ה′). די סיטואַציע איז לחלוטין נ י ט געגליכן צו אבילות נאָך אייגענע סתם; צוליבן גענאָציד פונעם חורבן קומט צו דער עמפּיריש באַשטעטיקטער קאָמפּלעקס פון גײַסטיק⸗פּסיכישן פּײַן, אַלמאַי די אַוועקגייענדיקע⸗פון⸗דער⸗וועלט וואָס זײַנען די לעצטע וואָס ריידן אויף דער שפּראַך „גענוי ווי אין מזרח אייראָפּע פאַר דער מלחמה“ שטעלן מיט זיך פאָר אַ שאַרף⸗אָנגעווייטיקטע מאָהיקאַנישקײַט. אַזוי ווי ס′איז דער גאַנג פון דער ציוויליזאַציע, פרוידיאַניש גערעדט, נעמט מען און מען סטאַרעט זיך אויססטראָיען אומשטערבלעכע טאָטעמישע סגולות און תרופות מכל המנים: העלדן, גרינדער, ביכער, ווערק, שטודיעס, אינסטיטוציעס וכדומה.

ג

קאַמף, קריג, שוץ, קראַפט און נקמה

  אַרויסגייענדיק פון אַן הנחה, אַז יידיש איז בײַ הײַנטיקן טאָג מדעיקרא און ביסודה, אַ שוואַכינקײַט, אָט אַזאַאָ וואָס שטייט פאַר אַ סכנת⸗לשונות ממש, פאַר בפירושדיקע שונאים וואָס זײַנען בײַ זיך אין האַרצן נאָך הײַנט אויסן איר אומברענגען (אַסימילאַטאָרן, סנאָבן, העברעאיסטן, ציוניסטן א.א.), קען די תאווה צו יידיש פאַרקניפּט זײַן אינעם אומבאַוואוסטזײַן מיטן אינסטינקט פון מלחמה האַלטן, אַמאָפטסטן אַ סברא עד⸗היום בײַם מאַנסביל, וועמען מען דאַרף די פאַר⸗געפאַר שטייענדיקע פּראַכטפול⸗שיינע דאַמע דרינגענדיק מעשה העלד אָפּראַטעווען. ניט זעלטן איז אָטאָ דער קאָמפּלעקס פענאָמענען בעת מעשה פאַרבונדן אויך מיט אַ דראַנג נאָך נקמה קעגן די באַשולדיקטע אין אומברענגען יידיש, מיט אַ פאַרשיידנאַרטיקן מעניו פון אָביעקטן, בתוכם: דײַטשן, מזרח⸗אייראָפּעער, ציוניסטן, העברעאיסטן, אַסימילאַטאָרן און ווען⸗ניט⸗ווען לגבי יידן וואָס זײַנען גלאַט גלײַכגילטיקע לגבי יידיש.

ד

ליבשאַפט, עראָטיק און פּסיכישער אַנאַניזם

  די פרייד וואָס ס′איז עלול ברענגען דעם אוהב יידיש די פאַרטיפונג אינעם לשון און אירע לינגוויסטישע און ליטעראַרישע אוצרות ווערט צומאָל מגולגל אין אַ ליבשאַפט און דערהייבונג וואָס קען מיט זיך אין טייל פאַלן פאָרשטעלן אַ לעבנלאַנגע און ענדלאָזע ליבע, וואָס קען אויגעפורעמט ווערן אויף אַלערלייאיקע אופנים. אַ סברא אַז אָט די דערשײַנונגען זײַנען אַמשטאַרקסטן בײַ אַזעלכע וואָס פאַרמעסטן זיך אויף יידישער פּאָעזיע און יידישער פילאָלאָגיע; בײַ די און בײַ יענע איז פאַראַן אַ מהלך פון געזונטער אונטערנעמונגס⸗פעאיקײַט, צומאָל אַזש ביז — אין פאַל פון פּאָעטישע פּרואוון — די פּסיכישע פּאַטאַלאָגיעס פון אָבסעסיווער גראַפאָמאַניע (בײַ די וועמענס קרוין איז דער נאָמען „פּאָעט“); און — אין פאַל פון פילאָלאָגישע פּרואוון — די משונהדיקע אײַנריידעניש אַז די שפּראַך אין וועלכער מען איז אַזש פאַרליבט איז ערשט אַ קאַליקע אַ בעל⸗מומיכע, וואָס „מע“ באַדאַרף קומען „פיקסן“. אין לעקסיקאָן גייט עס אין דער פּסיכישער אָבסעסיע מיט די שפּראַַכיקע פאַרהעלטענישן לגבי דער דײַטשישער שפּראַך (פּוריזם, און דער דראַנג צו פאַלש⸗שעפערישקײַט פון ימען אומגעוואונטשענע נעאָלאָגיזמען). אין אָרטאָגראַפיע איז דער שפלות קאָמפּלעקס אַן אַנדערער, בויענדיק זיך אויף דער משונהדיקער השגה אַז יידיש טאָר ניט האָבן די וואַריאַציע און מולטי⸗נוסחאישקײַט פון אַנדערע שפּראַכן; באַקומט זיך, אַז ווער עס באַפּינטלט ניט מיט נקודות דאָרטן וואו די „הייליקע תקנות“ הייסן (למשל: „פֿון“, „וווּ“, „פֿריִיִק“, „ייִדיש“ אויף  „פון“, „וואו“, „פריאיק“, „יידיש“\„אידיש“) איז רחמנא לצלן אַ מין פאָלקס⸗שונא, וועמען מען באַדאַרף פּראָפעסיאָנעל פאַרניכטן.

דער עקסטרעמער פּוריזם און נאָרמאַטיוויזם שטעלן מיט זיך פאָר אַן אָבסעסיע אויף אומאויפהערלעכן פּסיכאָאַנאַניזם. דאַקעגן זשע, איז די פאָרשונג פון דער עכטער שפּראַך און ליטעראַטור, און דער דראַנג נאָך פונדרויסן⸗באַשטעטיקטע אויפטוען נוצנדיק די שפּראַך, אַ דראַנג נאָך —

ה

שעפערישקײַט און אַ דראַנג נאָך דויערהאַפטיקע אויפטוען

  די אַלע ביז⸗אַהעריקע פּונקטן ווערן צומאָל דערהויבן, אַזש ביז צו דער מדרגה פון עכטער קונסט און בלײַביקע ווערק. מה⸗דאָך: וויפל וואָגיקע און גרויסע קונסטווערק זײַנען בכלל געשאַפן געוואָרן פון די טיפענישן פון פרוידיאַנישן אונטערבאַוואוסזײַן אין זײַנע „געזונטע“ און „אומגעזונטע“ פאַזן? אַפּשיטא, אַז די הײַנטיקע שעפער זײַנען ניט בכח משפּטן אויף זיך אַליין זייערע (\אונדזערע) זיבן מאָס טאַלאַנט צי רחמנא לצלן טאַַלאַנטלאָזיקײַט, אַלצדינג אין גאַנג פון דער פרוידיאַנישער שטרעבונג צו אַ קאַפּ, זאָל זײַן אײַנגערעדטער, אומשטערבלעכקײַט.

 אַוואו דער פרוידיאַנישער אונטערבאַוואוסטזײַן אין דער פּרשה „אידיש–יידיש–ייִדיש“ פירט צו בלײַביקע קונסטווערק אין אַ ריי זשאַנרען און פאָרמען, און אַוואו ניט, אָט דאָס וועט אָפּגעפּסקנט ווערן שוין נאָך אונדז אַלעמען, צו לאַנגע יאָרן די אַלע אָנטיילנעמער פון דער קאָנפערענץ אין סעריזי⸗לאַ⸗סאַל. אַ יישר⸗כח.

❋  ❋  ❋

Comments are closed.