Freewheeling Deconstruction of Max Weinreich

Sensationalization of the fragile field of Yiddish

by Dovid Katz

22 JUNE 2014; UPDATE OF 23 JUNE 2014


צו דער זאָרגלאָזער דעקאָנסטרוקציע פון מאַקס וויינרייכן

(און שוין ווייטער קונקל⸗מונקל סענסאַציעס אויפן אָפּגעשוואַכטן געביט פון יידיש)

אַן ענטפער אויף צוויי אַרטיקלען וועגן יידיש אין באַוואוסטן אינטערנעט זשורנאַל „טאַבלעט“  

— פון הירשע⸗דוד כ″ץ (ווילנע) —

 

I

       ס′איז מדעיקרא פּריקרע, אַז מען קומט מיט אַ תשובה אויף אַ מאמר פון אַ נפטר אָדער אַ נפטרת. צוריקגערעדט, איז עס פונדעסטוועגן אַ כבוד הנפטר, אַז דער מאמר, זיינער אָדער אירער, נעמט אָן אויף זיך די נצחיות פון געדרוקטן וואָרט, זאָל זיין אויפן אינטערנעט. מה⸗דאָך, ס′איז נאָכאַלעמען אַ באַגער אַיעדן פון אונדז טאָמער וועט וואָס⸗ניט⸗איז פון אונדזער פּענע אונדז אַליין איבערלעבן.

       אמת, די צייטווייליקע געפילן פון צוריקהאַלטעניש און זאָרגעניש זיינען אין אָט דעם פאַל בולט: דער מאמר איז געשריבן געוואָרן פון אַ פאָרשערין, וואָס מיר אויפן געביט פון דער יידישער פילאָלאָגיע האָבן גאָרניט געוואוסט, אַז זי פאַרנעמט זיך אויך מיט דער געשיכטע פון דער יידישער שפּראַך. אויף אַזאַ אופן זיינען פאַראינטערעסירטע מיט יידיש געוואָר געוואָרן וועגן לעבן פון דער מחברטע, ד″ר שערי וואודוואָרטה ע″ה (1966 – 2013), ערשט אַצינד דורכן אַרטיקל וואָס איז די טעג פאַרעפטנלעכט געוואָרן אינעם ענגלישן זשורנאַל איבער יידישע ענינים, „טאַבלעט“. דער אַרטיקל, וואו ס′ווערן אָנגערופן אַ צאָל ספּעציפישע פאָרשער (דער מחבר פון דער איצטיקער תשובה בתוכם) זעצט זיך איבער בערך: „פון וואַנעט איז יידיש געקומען? אַן עקספּלאָסיווע דעבאַטע ברעכט אויס, ברענגענדיק אויפן געדאַנק, אַז אשכנזישע יידן זיינען אייראָפּעער“ (וואודוואָרטה 2014).   

       וויפל מען זאָל ניט מחולק זיין מיט אַזעלכע אַרטיקלען, דאַרף מען באַדאַנקען, מיט אַ פולן מויל, ניט קיין האַלבן מויל, דיאָ קאָלעגן וואָס הייבן בכלל אויף די גרונט⸗פראַגן אַרום יידיש וואָס ווערן אַזוי אָפט גלאַט אָפּגערוקט אין חלל פון פאַרגעסנקייט ביים ברייטערן עולם, אַריינגערעכנט (אָדער דער עיקר) ביים עולם באַוואוסטזיניקע יידן, וואָס לייענען ענגליש און אַנדערע גרויסע מלוכה שפּראַכן.

       לאָמיר אונטערשטרייכן: מיר ענטפערן אויפן אַרטיקל, צו דער זאַך, ניט צום מענטשן. טאָמער איז דאָ וואָס ניט איז דויערדיקס אין אָטאָ דער תשובה, טאָ זאָל עס זיין צום אָנדענק פון דער נפטר געוואָרענער געלערנטע, וואָס האָט אַזויפל אויפגעטאָן אין אירע טראַגיש פאַרקירצע יאָרן (זע דעם ביאָגראַפישן סך⸗הכל אין וואודוואָרטה 2013).

II

       שוין אַזאַ טבע ביי דער טעמע „יידיש“, אַז ס′ווערט זייער לייכט פאַרוואָגלט אין חומר פאַר אַוועלכן ניט איז סענסאַציאָנאַליזם, און בעוונותינו, פאַר אַוועלכע ניט איז פּערזענלעכע פּניות און אינטריגעס וואָס בעלי⸗מאַניפּולאַציע ווייסן שוין ווי אַזוי אויסזוכן נאַאיווע קרבנות צווישן זשורנאַליסטן, געלערנטע און אַנדערע. דאָסמאָל איז עס נאָך מער יוצא⸗דופנדיק און באַדויערלעך; יוצא⸗דופנדיק וואָס אַזאַ חשובער זשורנאַל איז אַריינגעפאַלן, און באַדויערלעך אַז די מאַניפּולירטע שרייבערין איז שוין ניטאָ, זי קען איצט ניט געוואָר ווערן ווי אַזוי מען האָט איר גוטן ווילן אויסגענוצט.

       אינעם וואָרט⸗פריער פון די רעדאַקטאָרן פונעם „טאַבלעט“ צו וואודוואָרטהס אַרטיקל שרייבט זיך אויבנאָן: „די פאַרשטאָרבענע היסטאָריקערין שערי וואודוואָרטה גיט אַן אויסערגעוויינלעכע עקספּאָזיציע איבער דעם אורשפּרונג און דעם גורלדיקן היסטאָרישן באַדייט פון דער צעשפּאַלטעניש וואָס צערודערט די היינטיקע פאָרשונג פון יידיש“. סטאַראָזשנע, עס ברענט אַ וועלט. . .

       פון שטאַנדפּונקט פון דער יידישער לינגוויסטיק, און פונעם יושר פון אינטעלעקטועלער געשיכטע (די געשיכטע פון געדאַנקען), איז דער הויפּט מאָטיוו קלאָר ווי דער טאָג: דער אַרטיקל מאַכט קליינגעלט פון דער אייביקער פילאָלאָגישער ירושה פון גרויסן געלערנטן מאַקס וויינרייך (1894 – 1969). וויינרייך איז געווען דער הויפּט מיט⸗גרינדער פון דער ייוואָ אין ווילנע אין 1925 און ער איז דער מחבר פון דער פירבענדיקער געשיכטע פון דער יידישער שפּראַך (מ. וויינרייך 1973) און צענדליקער אַנדערע דויערדיקע ווערק. אַ היפּשער חלק פון זיי לעבן אים איבער און שטייען אויף אייביקע יאָרן אויף אַן אויסערגעוויינלעכן הויכן אַקאַדעמישן ניוואָ (זע לייבל כהנס ביבליאָגראַפיע פון וויינרייכס ווערק — כהן 1964).

       טאָ וואָס איז דאָ וויינרייכס גרויסע עבירה, רחמנא לצלן? עפן זיך הימל: „ער האָט זיין מאַגנום אָפּוס געשריבן אינגאַנצן אויף יידיש, וואָס איז ניט געווען זיין מוטער⸗שפּראַך און ניט קיין שפּראַך וואָס קען געלייענט ווערן דורך מער ווי אַ פּיצינקע צאָל לייענער“.

       וועגן וויינרייכס היים⸗שפּראַך אין גאָלדינגען, קורלאַנד (היינט: קולדיגאַ, לאַטוויע) האָט ער כידוע אַליין געשריבן (וויינרייך 1923: 199), און עס איז ניטאָ וואָס מוסיף צו זיין. אַחוץ אפשר אַ תפילה אַז אונדזער אַלעמענס יידיש זאָל שטיין אויף דער מוטערשפּראַך⸗מדרגה פון מאַקס וויינרייכן…

       דער עצם געדאַנק, אַז עס איז ניט אויפן אָרט צו שרייבן וועגן יידיש אויף יידיש, בלויז „אויף ענגאַליש“ איז פאַר⸗זיך אַ שטיקל פּסיכאָז פון פאַרשיידענע מחנות: פון אַזעלכע, וואָס שטייען ווייט פון דער פילאָלאָגיע און פאַרשטייען ניט, אַז די גרעסטע שפּראַך קענטעניש קומט פון קענען און וועלן אויסדריקן זיך לפּחות צומאָל אויך אין דער שפּראַך גופא (דערצו דאַרף מען זיך אויסלערנען די שפּראַך גופא), אין צוגאָב, נאַטירלעך, צו אַנדערע שפּראַכן; פון די וואָס בויען זיך קאַריערעס דווקא „אַרום יידיש“ און נעמען זיך גאָרניט די מי זיך אויסלערנען אויפן געהעריקן ניוואָ יידיש גופא; פון די וואָס האַלטן, אַז קליינע שפּראַכן און געגנשטאַנדן האָבן בכלל ניט קיין זין (דאָס איז זייער הייליקע רעכט, קיינער נייט דאָך ניט, עמעצער זאָל זיך פאַרנעמען מיט יידיש); און אין לעצטן סך⸗הכל, פון די, וועמען עס באַווירקט אַ שפלות קאָמפּלעקס וועגן יידיש, און קוקן זיך ניט אַרומעט, וואָס פאַראַ פּנים ס′וואָלט האָבן אַז מ′וואָלט אַשטייגער אַרויסלאָזן אַן איסור אויף שרייבן אַ געשיכטע פון קאַטאַלאָניש אויף קאַטאַלאָניש, אַ געשיכטע פון וועלשיש אויף וועלשיש אָדער סוואַהילי אויף סוואַהילי. אַזאַ ווערק, לאָמיר זיך פאַרגעדענקען, אויב עס שטייט אויף אַ הויכן ניוואָ וועט סיי ווי מירצעשעם זוכה זיין איבערגעזעצט צו ווערן אויף ענגליש און אַנדערע מעכטיקע מלוכה שפּראַכן פאַר אַ ברייטערן עולם.

       דער צוגאַנג, אַז „עפּעס איז ניט אין אָרדענונג“ ביי די וואָס שרייבן ווערק וועגן יידיש אויף יידיש איז גענוג טרויעריק. צו קומען מיט אַזעלכע טענות צו איינעם פון די מיסדי ייוואָ אין ווילנע וואָס האָט איבערגעלעבט דעם חורבן און ווייטערגעפירט זיין לעבנס⸗אַרבעט, און געטריי אָנגעפירט מיט די אידעאַלן און יסודות פון דער ווילנער ייוואָ, אין אַמעריקע, אָט דאָס איז גאָר מעבר לגבולין. טאָמער זיינען נאָך דאָ עכטע כוחות פון יידיש אין דער היינטיקער ייוואָ אין ניו⸗יאָרק, וועלן זיי אויך ניט פאַרשווייגן.

III

       נאָר וואָס, דער סיפּור⸗המעשה נעמט זיך ערשט אין וועג אַריין. פון דער„באַשולדיקונג“ אַז מאַקס וויינרייך האָט רחמנא לצלן געשריבן זיינע גרעסטע ווערק אויף יידיש, און איז צוליב אָט דעם באַשלוס זיינעם „אַפּנים גענייגט צו אָפּגעזונדערטקייט“ (אין אָריגינאַל: seemingly insular), נעמט זיך בויען אַ גאַנצע מיסטעריע: ווי אַזוי זשע קען דאָס זיין, אַז אַזאַ אינסולאַרישע טואונג (אַ ווערק וועגן יידיש אויף יידיש) „איז אַריינגערונען און איז אַפילו דורגעדרונגען אין יודאַאיסטישע שטודיעס און פון דאָרט אַריבערמיגרירט אין דער ברייט⸗פּאָפּולערער זעלבסט⸗באַוואוסטזיניקייט“.

       הלוואי וואָלטן די עכט וויינרייכישע השגות וועגן יידיש אַ קאַפּ מער אַוואו ניט איז אַריינגעדרונגען!ליידער איז די ערנסטע שאַפונג אויף יידיש אויפן אַקאַדעמישן תחום (און אַנדערע…) אַזוי אָפּגעשוואַכט (מען דאַרף נאָר אַ קוק טאָן דעם גורל פון טייל פּראָגראַמען אין פאַרשיידענע אוניווערסיטעטן, אויך דאָ אין ווילנע). ווער האָט דאָ מורא פאַר אַן אָפּגעשוואַכטער שפּראַך פון אַן אויסגעקוילעטן פאָלק? עס קען איינפאַלן, אַ מען האָט צו טאָן שיער ניט מיט אַ מאָנסטערהאַפט וועזן וואָס גייט אויף עמעצן, פאַר קיינעם ניט געדאַכט, עפּעס וואָס אַרויפצווינגען, אַשטייגער יידיש ביידיש, זאָל מען אָפּגעהיט ווערן.

       וואָס נאָך? אָט אַ פּערל: וויינרייכס געשיכטע פון יידיש, זאָגט אונדז דער נייער אַרטיקל אינעם „טאַבלעט“, ווערט „אומעטום איבערגעחזרט, און אָן פראַגן. נאָר די יסודות פון וויינרייכס אַרגומענטאַציע זיינען צו אַלגעמיין, זייער גרונט אין אַ טויזנט⸗יאָריקער געשיכטע זיינען צו אומסטאַביל“.

       מיר זיינען אָבער נאָכניט פאַרטיק. עס ווערט געוועבט אַ גאָר שטוינענדיקע באָבע⸗מעשה, אַז וויינרייך האָט „זייער גוט געוואוסט“ (אין אָריגינאַל: knew very well) אַז ס′איז אַלץ ניט געשטויגן ניט געפלויגן, און האָט דערפאַר געשריבן אויף יידיש (אַ געהיים⸗שפּראַך?), און האָט דערפאַר אַריינגעלייגט אַזויפל פון די פּרטים אין די הערות (די לעצטע צוויי בענד פון דער פירבענדיקער ייוואָ אויסגאַבע פון זיין פּראַכטפולער געשיכטע = וויינרייך 1973).

       נאַרישקייט גוררת נאַרישקייט. פון אָט דער חכמה פון דער מה⸗נשתנה גייט אַרויס אַ נייע: אַז דאָס איז ווי⸗ניט⸗איז פאַרבונדן מיטן פאַקט, וואָס די ערשטע ענגלישע אויסגאַבע (וויינרייך 1980) שטעלט מיט זיך פאָר אַן איבערזעצונג בלויז פון די ערשטע צוויי בענד אויף יידיש. קומט אויס, קאָלומבוס האָט אַנטדעקט אַמעריקע, אַז דער לאנג⸗פאַרבאַהאַלטענער אמת איז ערשט דאָ ניט לאַנג באַקאַנט געוואָרן דעם ענגליש⸗לייענענדיקן עולם אַדאַנק דער פּובליקירונג פון אַ נייער ענגלישער אויפלאַגע (= וויינרייך 2008) וואָס איז כולל אַלע פיר בענד פון וויינרייכס געשיכטע. פאַרן אַרטיקל שטעקט אַ מין קאָנספּיראַציע אין דעם אַלעמען. מיר בלייבן מיט דער פאַרשטענדעניש, אַז די הערות, וועמענס גורל עס איז געווען אַרויסגעגעבן צו ווערן אויף ענגליש מיט יאָרן שפּעטער, „גיבן איבער אַ סובטילן קעגן⸗אַרגומענט צו זיין לעבנלאַנגיקער טעזע“. 

       איז וואָזשע איז דער טיפער פאַרבאַהאַלטענער חסרון פון ווייננרייכס טעאָריע פאַרן „טאַבלעט“ אַרטיקל? אָט האָסט′עס: „וויינרייכס ערשטע אינאָוואַציע אין זיין געשיכטע איז געווען צו אַרגומענטירן קעגן דעם שכל הישר און אָן אַ שיעור פּערזענלעכע דערפאַרונגען, אַז יידיש איז אויספאָרמירט געוואָרן ניט דורך איזאָלאַציע, נאָר דורך נאָכאַנאַנדיקער אינטעראַקציע אינאיינעם גענומען מיט אַ וואָלונטערישער באַזונדערקייט“.

       עס איז אינגאַנצן אמת, אַז וויינרייך, אַזוי ווי פאַר אים באָראָכאָוו (1913), בירנבוים (1918), מיזעס (1908; 1915), און פּרילוצקי (1917), צווישן אַנדערע, האָט איינגעזען די אינעוויינייקסטע שעפערישקייט און בטבעדיקע באַזונדערישקייט פון דער טראַדיציאָנעלער יידישער קולטור.

       עס איז אויך אמת, אַז אין אַ ריי גאונותדיקע אַרטיקלען, גראַדע אויף  ע נ ג ל י ש, האָט וויינרייך מהודרדיק אויפגעוויזן, אַז דער פּאָזיטיוו⸗פּרעכטיקע גייסט פון אשכנזישן יידנטום, און זיין ספּעציפישער מהות פון אַנדערשקייט לגבי דעם קריסטלעכן אַרום, זיינען יסודות צום באַנעמען די געשיכטע פון יידיש אַ סך בעסער איידער לאָמיר אָנכאַפּן די דייטש⸗יידישע טעאָריע פון געצוואונגענער געטאָאיזירונג אַלס שפּראַך⸗מקור. ווער עס לייענט ענגליש, און וויל אַ קוק טאָן מאַקס וויינרייכס השגות וועגן יידיש, דאַרף גאָר ניט לויפן לייענען קיין דיקע בענד פילאָלאָגיע (זע למשל וויינרייך 1936; 1953; 1954; 1959; 1967).

       לעצטנס איז געוואָרן אַ משונהדיקע מאָדע צו באַנעמען די געשיכטע פון יידיש דורך ביאָגראַפישע אייגנשאַפטן פון יחידים יידישע פילאָלאָגן, אָנשטאָט ענטפערן צו דער זאַך. דאָ ניט לאַנג, אין אונדער תשובה אויף א. ביידערס אַן אַרבעט (זע ביידער 2013; כ″ץ 2013), האָבן מיר געענטפערט אויף דער טענה אַז וויינרייכס (אָדער שלמה בירנבוימס) טעאָריעס וועגן דער געשיכטע פון יידיש וואַקסן פון אַ מין האָלאָקאַוסט טראַומאַ אָדער אַנדערע קאָמפּלעקסן. אין איצטיקן אַרטיקל אין „טאַבלעט“, גייט עס אָן אַ שיעור ווייטער, אָן אַ שיעור ניט אָנשטענדיקער. מיר לייענען, אַז: „צוגרייטנדיק זיין ווערק קוקנדיק אין פּנים דעם טערמינאַלן ראַק פון זיין זון, אַ יורש פאַר זיין תאווה פאַר אַ פאַרשוואונדן⸗ווערנדיקער קולטור, האָט וויינרייך געקענט צושטעלן די הערות פאַר זיין ירושה“. דאָ זיינען פאַרשטייט זיך קאָמענטאַרן איבעריק.

 IV

       קיינער טענהט ניט, אַז מאַקס וויירייך איז אַ גאָט. אָדער אַפילו, אַז ער איז אַלעמאָל גערעכט געווען. אויף אַ גאנצער ריי לינגוויסטישע פראַגן, אַריינגערעכנט דעם עצמדיקן נאַראַטיוו פון דער געשיכטע פון יידיש, האָבן מיר זיך געשטעלט אַקעגן וויינרייכן שוין אַן ערך פערציק יאָר (זע למשל: כ″ץ 1975;  1982א; 1985; 1987; ;1991א; 1991ב; 1993; 2007).

       אַ ריי ערשטראַנגיקע יידישע לינגוויסטן, שרייבנדיק אויף יידיש צי אויף ענגליש — דאָס איז לחלוטין ניט קיין שייכותדיקע נפקא⸗מינה אין דער דאָזיקער פּרשה — זיינען שטאַרק מחולק מיט אַ קלענערן אָדער אַ גרעסערן טייל פון מאַקס וויינרייכס באַנעם פון דער געשיכטע פון יידיש, צי מיט גאָר יסודותדיקע פראַגן פון איר שפּראַך⸗געשיכטע גופא (צווישן אַנדערע: בירנבוים 1979; זיסקינד 1953; יאָפע 1954; מאַנאַסטער ראַמער 1997; מאַרשאַן 1960;  1965; קינג 1979).

       דער אַרטיקל אין „טאַבלעט“ ווייס אָבער ניט פון קיין איינעם פון זיי אין זין פון אַן ערנסטן אַקאַדעמישן אָפּאָנענט מאַקס וויינרייכן וואָס שייך דער געשיכטע פון יידיש. דער מחבר פון איצטיקן ענטפער ווערט געשילדערט דווקא זייער גוטמוטיק צווישן די וואָס דער „טאַבלעט“ אַרטיקל דערציילט, אַז זיי „רעקלאַמירן מיט אָפּטימיזם אַ רענעסאַנס פון יידיש“, און אַ פּאָר שורות ווייטער, אַלס איינער וואָס האָט לעצטנס „מודה געווען“ (אין אָריגינאַל: admitted), אַז איצט איז די טרויעריקסטע צייט פאַרן וועלטלעכן יידישיזם, דערמיט וואָס עס גייען אַוועק פון דער וועלט די לעצטע זקנים מומחים פון פאַר דער מלחמה. מיין אייגענעם צוגאַנג, וואָס ווערט דאָ נישקשה פאַרפּלאָנטערט, האָב איך געפּרואווט סומירן אין מיין בוך, Words on Fire: The Unfinished Story of Yiddish  (כ″ץ 2007), על רגל אחת: די גערעדטע שפּראַך לעבט שפּרודלדיק ביי חרדים (דער עיקר חסידים); פאַר דער שוואַכער, שיער ניט אונטערגעגאַנגענער וועלטלעכער סביבה פון מאָדערנעם יידיש שטייט די הייליקע אויפגאַבע שאַפן אמתע קענער, ניט סענטימענטאַליסטן; און אַז אַזאַ מין פאַרטיפטע ערנסטע דערציאונג קען ניט פאַרביטן ווערן דורכן שרייען חי⸗וקיים אויפן סמך פון איבערזעצונגען, געזאַנג, קאָנגרעסן, קלובן וואָס שטעלן מיט זיך פאָר יידיש אָן יידיש. דאָס איז אַלץ אַ באַזונדערע פּרשה.

V

       צום ענין שטייט דאָ גאָר עפּעס אַנדערש, דהיינו: אַן ענגלישע פּובליקאַציע נעמט זיך אונטער איבערגעבן דעם לייענער וועגן די אַקאַדעמישע טעאָריעס, סכסוכים אַרום דעם אורשפּרונג און דער געשיכטע פון יידיש, וואָס די רעדאַקציע פון „טאַבלעט“ רעקלאַמירט דעריבער אינעם אונטערקעפּל: „אַן עקספּלאָסיווע דעבאַטע ברעכט אויס“. אָבער די אַקאַדעמישע אָפּאָנענטן פון מאַקס וויינרייכס געשיכטע פון יידיש ווערן גאָרניט דערמאָנט, אָדער זיי ווערן דערמאָנט ניט אין שייכות מיטן ענין.

       פאַרקערט, אַן אַמעריקאַנער געבאָרענער עקספּערט איבער סלאַווישע שפּראַכן, פּראָפעסאָר פּאָול וועקסלער, וועלכער „שפּילט זיך שוין מיט יידיש“ צענדליקער יאָרן, ווערט געשילדערט אַלס דער נייער אַקאַדעמישער אָפּאָנענט פון מאַקס וויינרייך. וועקסלער רוקט אַרויס (און עס איז זיין פולע רעכט אַרויסרוקן) שוין צענדליקער יאָרן די סאַמע ווילדסטע טעאָריעס איבער יידיש, פאָרלייגנדיק דעם אָדער יענעם מקור אין אַלט⸗גריכיש, איראַניש, טערקיש ועל כולם: סאָרביש. זאָל ער געזונט זיין.

       איז עס אָבער תיקו בלייבט אַ קשיא, צי די פאַרשטאָרבענע מחברטע, וואָס איז ניט געווען קיין ספּעציאַליסט איבער יידיש אָדער איבער דער יידישער לינגוויסטיק, איז ווי ניט איז ניט⸗וויסנדיקערהייט אַריינגעצויגן געוואָרן אין די וועקסלערישע מאַכאַרייקעס וואָס ווילן האָבן, אַז ער און ער אַליין זיינען דאָס די אַקאַדעמישע אָפּאָנענטן פון מאַקס וויינרייכן.

       אַזאַ מין אָבסעסיע איז אויך שוין אַ מעשה פון צענדליקער יאָרן. וועקסלער, שרייבנדיק אונטערן פּסעוודאָנים Pavel Slobodjans’kyj, האָט אין 1987 באַוויזן אָפּנאַרן דער רעדאַקציע פון Zeitschrift für romanische Philologie מיט אַ ביטולדיקער רעצענזיע איבער יצחק בן⸗אבו′ס און יוסף סערמאָנעטאַ′ס בוך איבער די יידיש⸗ראָמאָנישע שפּראַכן (זע: סלאָבאָדיאַנסקי 1987 איבער בן⸗אבו און סערמאָנעטאַ 1985).

       קורץ נאָכדעם איז וועקסלער אַרויס מיט זיין רעצענזיע איבער Origins of the Yiddish Language (כ″ץ 1987ב), דאָסמאָל אונטערן עטוואָס פאַרענדערטן נאָמען פון דער הפטורה Pavlo Slobodjans’kyj ( (סלאָבאָדיאַנסקי 1988). דערמיט האָט ער אַזש אָפּגענאַרט דער רעדאַקציע פון פּרעסטיזשפולן אַמעריקאַנער לינגוויסטיק זשורנאַל Language ( „כל הכבוד“ ווע מען זאָגט אין ארץ ישראל; געענטפערט האָב איך אין כ″ץ 1991ג).

       אייביק קען מען אָבער אַ וועלט ניט אָפּנאַרן. לכתחילה האָט די רעדאַקציע פון Language  נאָר געשריבן, אַז פּאָול וועקסלער האָט זיי איבערגעגעבן די רעצענזיע פון Origins of the Yiddish Language, שוין מאָדנע פאַר⸗זיך ווייל „סלאָבאָדיאַנסקי“ רייסט אַראָפּ אַלע מחברים און לויבט נאָר איין פּאָול וועקסלערן.

       אינעם נומער פון Language וואָס איז דערשינען אין דעצעמבער 1989 (65.4) האָט די רעדאַקציע אָפּגעדרוקט אַזאַ נאָטיץ:

       נאָכן אויפשטעלן אַן אונטערזוכונגס⸗קאָמיסיע האָט די רעדאַקציע אין מערץ 1991 (נומער 67.1) פאַרעפנטלעכט אַ דערקלערונג וואו עס ווערט געזאָגט: „די לינגוויסטישע אַסאָסיאַציע פון אַמעריקע [וואָס גיט אַרויס דעם זשורנאַל] האָט אַ שטאַרקן גרונט צו גלייבן אַז אַ געלערנטער איבער דער יידישער שפּראַך מיטן נאָמען פּאַוולאָ סלאָבאָדיאַנסקי עקזיסטירט ניט“.

      פאַקטיש, איז וועקלסער נאָך פריער דעמאַסקירט געוואָרן, דעמאָלט ווען דער באוואוסטער פאַרלאַג נימאַיער אין דייטשלאַנד האָט זיך אַנטזאַגט צו דרוקן אַ דריטע רעצענזיע פונעם געוויסן פּ. סלאָבאָדיאַנסקי (איבער מיין גראַמאַטיק = כ″ץ 1987ג), נאָכן געוואָר ווערן דעם אמת. דער נימאַיער פאַרלאַג האָט זיין פּאָזיציע פעסטגעשטעלט אין אַ דערקלערונג דאַטירט דעם 12טן יולי 1989 (זע כ″ץ 1991ג: 152).

      ערשט לעצטנס, מיט אַ פערטל יאָרהונדערט שפּעטער, האָט  ע מ ע צ ע ר  (מיר ווייסן ניט ווער) איינגערעדט אַ געלערנטער מחברטע וואָס איז ווייט פון דער יידישער פילאָלאָגיע, אַז אַקעגן וויינרייכן איז אָקערשט אויפגעשטאַנען אַן אַקאַדעמישער אָפּאָנענט, פּאָול וועקסלער. איצט איז די אַרבעט פון דער מחברטע, וואָס איז טראַגיש יונגערהייט געשטאָרבן, אומקריטיש פאַרעפנטלעכט געוואָרן פון דער רעדאַקציע פון „טאַבלעט“. דאָס איז ווייט ניט קיין חסד של אמת פון איר אָנדענק וועגן.

       אַכלל: דער נייסטער קאַפּיטל אין דער לאַנגער קייט פון וועקסלערישע מאַכאַרייקעס און טריקס וואָס פאַרזיכערן אויך אויף ווייטער, אַז די יידישע לינגוויסטיק, ווי אָפּגעשוואַכט זי זאָל ניט זיין, אַקאַדעמיש גערעדט, איז ווייט פון טרוקן. 

 ◊

VI

       גרענעצלאָז איז די תאווה פון טייל צוקוקער צום ענין יידיש און צום ענין אשכנזישע יידן. איז עס שיער קיין חידוש ניט, אַז די וועקסלערישע תורה וועגן יידיש און אשכנזישע יידן האָט אירע חסידים אין פאַרשיידענע קרייזן. אין 2011 איז דערשינען (אויף ענגליש) אַ בוך מיטן נאָמען: „דער אורשפּרונג פון אשכנזישן יידנטום: די קאָנטראָווערסיע ווערט באַשיידט“. דער מחבר איז דער גוטמוטיקער ייץ פאַן סטראַטען. אין גייסט פון זיין רבין, טענהט פאַן סטראַטען אַז מזרח⸗אייראָפּעאישע יידן שטאַמען פון אַ ריזיקן און עד⸗היום ניט⸗באַקאַנטן ציבור ערגעץ אין די הרי⸗חושך צווישן קאַספּישן ים און מאָלדעווע. . .

       דאָ וועלן מיר זיך ניט אָפּגעבן מיטן ענטפערן פאַן סטראַטענען. דער לייענער האָט צו דער האַנט די ערשטקלאַסיקע און דורכאויס ריכטיקע רעצענזיע פון פּראָפעסאָר שאול שטאַמפּפער (שטאַמפּפער 2014), וואו די פאַנטאַזיעס און עקסטאַזעס ווערן פּראָפעסיאָנעלערהייט פאַנאַדערגעוויקלט. וואָס שייך דער כלומרשטדיקער מיסטעריע וואָס דינט צומאָל פאַרן שטרוי⸗מאַן, וועגן דעם גרויסן כמותדיקן וואוקס פון דער מזרח⸗אייראָפּעאישער באַפעלקערונג יידן, ענטפערט שטאַמפּפער זייער ריכטיק, אַז ס′גייט אין אַ בוך „וואָס קומט באַשיידן אַ פּראָבלעם וואָס עקזיסטירט ניט“ (דאָרטן, ז. 125).

       אַ שאָד נאָר, אויך ביי אָט דעם פּונקט, אַז אַ גאָר ערנסטע מחברטע וואָס איז אָבער ווייט פון ענין, איז אויסגענוצט געוואָרן אויף צו פּרובירן ברענגען אינעם הויפּט⸗שטראָם, אומקריטיש, אַזעלכע אַקאַדעמישע ווילדגראָזן. 

VII

       ואחרון אחרון, צו דער היינטיקער מערכה פון דער פאָרשונג פון דער יידישער שפּראַך.

       עס איז טרויעריק, אַז אונדזער יידישע פילאָלאָגיע איז אויף אַזוי ווייט אָפּגעשוואַכט, אַז געלערנטע, שרייבער, רעדאַקציעס און אַנדערע כוחות פון דער עפנטלעכער קולטור זעען דערין אַ מיטל צו סענסאַציעס, אָן דעם מען זאָל פאָדערן די זעלביקע סטאַנדאַרדן וואָס מען פאָדערט אַלס מינימום סיי ביי די אומות העולם סיי אויף אַנדערע געביטן פון דער יודאַאיסטישער פאָרשונג.  

       דאָס איז פאָרט ניט אויף דער זעלביקער מדרגה ווי די פּאָליטישע מאַניפּולירונג פון יידיש, טיילמאָל אין צענטראַל אייראָפּע ווי אַ מיטל צו פאַרמאַסקירן אַנטי ישראל פּאָליטיק מצד עקסטרעם לינקע. אין משך פון די לעצטע יאָרן זעט זיך אַ דערשיינונג וואָס איז נאָכמער אָנגעווייטיקט ווייל ס′איז אַ פאַרשוועכונג און פּחיתת הכבוד פאַרן אומגעקומענעם מזרח⸗אייראָפּעאישן יידישן פאָלק גופא: די אויסנוצונג פון יידיש צו פאַרמאַסקירן די עקסטרעם רעכטע פּאָליטיק פון באַלטישע געשיכטע⸗פאַרדרייער, ספּעציעל אין ליטע, וואָס דער ציל איז צו פעלשן די געשיכטע פון חורבן גופא, און צוציען וואָסאַמאָל מער געוויסנלאָזע כבוד און גליק זוכער עס צו פאַרדעקן „מיט יידיש“. אָט אין ווילנע און אין קאָוונע זעען מיר ווי אינסטיטוציעס וואָס באַערן די לאָקאַלע קאָלאַבאָראַטאָרן מיטן נאַציזם און אַפילו די אָרטיקע מערדער גופא, זיינען בשעת מעשה גרייט נישקשה אַריינלייגן כוחות אין יידיש און יידישע לימודים.

       זאָל דער איצטיקער מאמר אין „טאַבלעט“ זיין דאָס לעצטע מאָל, וואָס מען פּרואווט אויסנוצן לגנאי דאָס וואָס עמעצער שרייבט ווערק וועגן יידיש טאַקע אויף יידיש.

       און זאָלן די אַלע מאָדנע אויסערגעוויינלעכן אַרום דעם געביט פאָרט אינספּירירן וואָסאַמאָל מער מענטשן זיך אויף אַן אמת אויסלערנען יידיש, זיך פאַרטיפן ערנסטערהייט אין די וואונדערלעכע אוצרות פון דער יידישער שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור. לשמם.


צוגאָב פון 23טן יוני 2014:

       ערשט מיט אַ טאָג נאָכן פאַרעפנטלעכן דיאָ תשובה (וואָס אויבן), דעם 22טן יוני 2014, אויף שערי וואודוואָרטהס ע″ה אַטריקל, וואָס „טאַבלעט“ האָט געהאַט פאַרעפנטלעכט דעם 16טן יוני, איז אינעם „טאַבלעט“ דערשינען אַ צווייטער לאַנגער אַרטיקל וועגן דער געשיכטע פון יידיש, וועגן מאַקס וויינרייכן, און אויך וועגן פאַרשיידענע היינטיקע פאָרשער אויפן געביט, געשריבן מיט אַ גרויסן זשורנאַליסטישן טאַלאַנט פון באַטיאַ אונגאַר⸗סאַרגאָן איר צו לאַנגע יאָר, אונטערן טיטל וואָס לייענט זיך אַן ערך, איבערגעזעצטערהייט: „די מיסטעריע אַרום דעם אורשפּרונג פון יידיש וועט קיינמאָל ניט באַשיידט ווערן“; און מיטן אונטערקעפּל: „ווי אַזוי אַן אַקאַדעמישער געביט ― כאַראַקטעריזירט דורך קליינלעכע קריגעריין, פאַרקרימטע אידעאָלאָגישע דעבאַטעס און פּערזענלעכער נאָענטקייט מיט טראַגעדיעס ― האָט זיך אַליין פאַרמשפּט צום טויט“.  אָט דער צווייטער אַרטיקל אין דער סעריע איז דערשינען דעם 23טן יוני 2014 (=אונגאַר⸗סאַרגאָן 2014).

       די מחברטע, באַטיאַ אונגאַר⸗סאַרגאָן (און אפשר ווער⸗ניט איז אויך אין רעדאַקציע פונעם „טאַבלעט“) האָט זיך אַפּנים געכאַפּט, אַז עפּעס איז אין ערשטן אַרטיקל, פון עזבון פון אַ מחבר אַ נפטר, זייער ניט אין אָרדענונג. קומט אונגאַר⸗סאַרגאָנען אַ יישר כח אין דער ערשטער ריי פאַרן אויפקלערן דעם אמת וועגן דער אַמאָליקער פאַלשער רעצענזיע פון ניט⸗עקזיסטירנדיקן פּאַוולאָ סלאָבאָדיאַנסקי אין פּרעסטיזשפולן זשורנאַל Language. (בלויז איין פּרטל ― איך האָב אין לעבן ניט גערעדט מיט און ניט געפּרואווט טעלעפאָנירן דער דאַמאָלסדיקער רעדאַקטאָרשע פון Language. אַ גאַנצע ריי אינסטיטוציעס און יחידים האָבן ריכטיק געפאָדערט אַז דער זשורנאַל זאָל אויפקלערן דעם ענין; ניט דאָס זיינען מיר אויסן).

       אַזוי ווי מיר האָבן דערמאָנט אין אונדזער תשובה אויבן, איז וועקסלערס רעצענזיע איבערן בוך Origins of the Yiddish Language (כ″ץ 1987ב) איינע פון אַ מינימום דריי אַזעלכע פאַלשע רעצענזיעס. איינע פון די דריי (גראַדע די ערשטע, סלאָבאָדיאַנסקי 1987 אין דער ביבליאָגראַפיע), איז גאָרניט וועגן יידיש, נאָר איבער אַ בוך וועגן יידיש⸗ראָמאַנישע לשונות. פאַרוואָס איז דאָס וויכטיק, מחמת ס′קען פאַראיינוועגס דינען פאַר אַ מוסטער פון דעם אַלעמען וואָס איז אָנגעווייטיקט און צער⸗שאַפנדיק אין סאַרגאָנס אַרטיקל. אויב דער אַקאַדעמישער געביט פון יידיש אין די אוניווערסיטעטן איז היינט אין אַ טרויעריקן, אָפּגעשוואַכטן מצב, קען אויסקומען, אַז דערין איז עפּעס שולדיק יידיש גופא אָדער די צי יענע יחידים, וואָס האָבן זייער לעבן אָפּגעווידמעט יידיש, און וואָס זיינען אין משך פון צוואַנציק, דרייסיק אָדער פערציק יאָר געשטאַנען מיט עמעצן אין אַ פּלוגתא. אויף אַ פעסטן אַקאַדעמישן געביט, וואָלט דאָס אַלצדינג אַריין אין דער בחינה פון אַמאָליקע פּלאָטקעס און מרכא⸗טפּחאס וואָס מען דערציילט ביים טיש צום סוף פון צווייטן סדר.

       אָבער אַז ס′האַנדלט זיך מיט דער אומגעהעריק רייכער שפּראַך, קולטור און ליטעראַטור פון אומגעקומענעם אשכנזישן יידנטום, שטייט דער הויפּט טראָפּ אויף ― סענסאַציע. ס′דערמאָנט אַ קאַפּ אין שלום⸗עליכמס „גאַזעטן“ וואָס אין זיין כתרילעווקער פּראָגרעס.

       גיי טרעף וואָס מען קען געפינען אין אַ גרויסן אַמעריקאַנער אינטערנעט זשורנאַל געווידמעט יידישער טעמאַטיק:

       איין היינטיקער פאָרשער פון יידיש ווערט ציטירט, וועגן דער פראַגע פון דייטשישן קאָמפּאָנענט אין יידיש, מיט אויך מיר אַ גזירה שווה צו דער יידישער שפּראַך: „ס′איז ווי אַ יונגע מיידל וואָס איז פאַרגוואַלדיקט געוואָרן דורך איר פאָטער“ (אין אָריגינאַל: It’s like a young girl who has been raped by her father). דער ציטירטער פּראָפעסאָר גיט ווייטער צו פאַרשטיין: „אָט דאָס איז ווי אַזוי אַ סך יידן טראַכטן וועגן יידיש“. קיין מראה⸗מקומות צו דער פאָרשונג אויף וועלכער דאָס איז באַזירט ווערן ניט געבראַכט.

       אַ צווייטן היינטיקן פאָרשער ציטירט די מחברטע מיט אַ לאַנגער גזירה שווה צום יידיש געביט פון ניט מער און ניט ווייניקער: היטלערס Mein Kampf, און דערין געפינען מיר אויך אַזאַ שיינדל, וואָס מיר ברענגען גלייך אין ענגלישן אָריגינאַל:

“[…] however on p. 250 [of Mein Kampf] we note that his discussion of whatever the fuck it is is perhaps not documented sufficiently” […]

       אויך פאָרשער פון העברעאיש, פונעם לשון פון אַפראָ⸗אַמעריקאַנער און פון ציגיינער, פונעם לשון פון אוקראַינער און פון כינעזער און יאַפּאָנעזער דריקן זיך אויס אויף אַלערליי אופנים אין פּריוואַטע שמועסן אָדער אימייל. אָבער ניט דער טיימז און ניט דער טאַבלעט האָבן אַזוי ווינציק דרך⸗ארץ פאַרן לשון, פאַרן געביט, און אין לעצטן סך⸗הכל פאַרן פאָלק וואָס רעדט (און אין פאַל פון גענאָציד, גייט די רייד אויך וועגן פאָלק וואָס האָט גערעדט) אויפן שייכותדיקן לשון.

       דער סענסאַציאָנאַליזם איז אָבער נאָר אַ האַלבע צרה. די יסודות פון דער יידישער פילאָלאָגיע ווערן פּונקט אַזוי ווי אין ערשטן אַרטיקל דריידלדיק אָפּגעלייקנט. אין לעצטן סך⸗הכל ווערט געדרונגען, אַז די יידישע פילאָלאָגיע קען ניט האָבן קיין האַפט, ווייל מאַקס וויינרייך, דער בעל⸗השפּעהדיקסטער יידישער פילאָלאָג פון צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, איז געווען: „אידעאָלאָגיש“. לייענען מיר זיך אַריינעט, זעען מיר פון כסדרדיקע ציטאַטן פון דעם און פון יענעם, אַז מאַקס וויינרייך האָט געגלייבט אַז יידיש איז אַ שפּראַך פאר⸗זיך; אַז ער האָט ליב געהאַט יידיש און דאָס יידיש ריידנדיקע פאָלק; אַז ער איז געווען צווישן די בויער פון אַן אַקאַדעמישן צווייג פון מזרח⸗אייראָפּעאישן יידנטום וואָס האָט געבליט ביזן חורבן. דאָס האָט פּונקט אַזאַ האַפט ווי באַשולדיקן די גרעסטע פילאָלאָגן פון העברעאיש, קאַטאַלאָניש צי קורדיש, אַז זיי זיינען מדעיקרא אידעאָלאָיש טאָמער האָבן זיי געהאַלטן אָדער האַלטן ווייטער פון פאָרשן, לערנען און דערלערנען ―  יאָ, און אויפהאַלטן ― די שפּראַך איבער וועלכער זיי ספּעציאַליזירן זיך. אַפּשיטא שוין, אַז ווער עס פאַרנעמט זיך מיט לשונות פון מיעוטים, מלוכהלאָזע שפּראַכן און שוואַכע קולטורן איז „אידעאָלאָגיש“, מחמת אַ סך מער דערפאָלג קען מען געניסן דאָ אויף דער וועלט פון מאַשינען, ראָקעטן, קאָמפּיוטערס אָדער אָנפירן מיט אַ באַנק.

       ווער עס וויל זיך באַקענען מיט מאַקס וויינרייכס געדאַנקען וועגן דער געשיכטע פון יידיש, און איז ניט קיין לייענער פון יידיש און ניט פאַראינטערעסירט אין דער טעכנישער לינגוויסטיק, קען אַ קוק טאָן, ווי מיר האָבן עס דערמאָנט אויבן, אין זיינע עסייען דווקא אויף ענגליש: מאַקס וויינרייך 1936; 1953; 1954; 1959; 1967). מהיכא תיתי, מען קען מסכים זיין, מען קען מחולק זיין, מען האָט אָבער צו טאָן מיט אַ גרויסן געלערנטן, ניט קיין חי⸗וקיים שרייענדיקן הוילן אידעאָלאָג. די אָנצוהערענישן אין ביידע טאַבלעטישע מאמרים, אַז מאַקס וויינרייך האָט זיין פאָרשונג פאַרקרימט צוליב פּאָליטיק איז פּשוט אַן עוולה, און שוין (וועגן וויינרייכן זע אויך דאַווידאָוויטש א.א. 1964; כ″ץ 1982ב).

       אויף אַזוי ווייט איז געפאַלן די מערכה פון יידיש ביים ענגליש⸗ריידנדיקן יידישן הויפּט⸗שטראָם, אַז מען האָט זיך אומגעקערט צו די קלאָץ⸗קשיות פון הונדערט יאָר צוריק. אין 1913 האָט בער באָראָכאָוו געשריבן, אין זיין עסיי וואָס האָט געהאָלפן שאַפן די מאָדערנע יידישע פילאָלאָגיע: „די וויסנשאַפטלעכע באַאַרבעטונג פון אונדזער שפּראַך ליידט פיל פון די איינגעוואָרצלטע פאָראורטיילן, וואָס הערשן אין אונדזער אינטעליגענץ בנוגע צו יידיש. נאָך עד⸗היום געפינען זיך ביי אונדז פילע, וואָס זיי זעט אויס קאָמיש דער עצם געדאַנק וועגן אַ יידישער פילאָלאָגיע. פּונקט אַזוינע גראָב⸗עם⸗הארצישע טענות, ווי  ′יידיש איז אַ שמוציקער זשאַרגאָן, יידיש איז אַ פאַרדאָרבענער דייטשער דיאַלעקט, וואָס האָט ניט קיין גראַמאַטיק און קיין שום קולטורעלן ווערט′ ― פּונקט דאָס אייגענע האָבן גערעדט מיט אַכציק אָדער הונדערט יאָר צוריק די רעאַקציאָנערע פאָלקס⸗פיינטלעכע פאַלש⸗אינטעליגענטן ביי די גריכן, ביי די סערבן, און נאָך עד⸗היום טיילווייז ביי די אוקראַינער, קאַטאַלאָנער, א.ד.ג. נאָר דאָס לעבן האָט געמאַכט צונישט די באַמיאונגען פון די פאָלקספיינטלעכע קנאים. די ניי⸗גריכישע, סערבישע און אַנדערע פאָלקס⸗שפּראַכן באַפרייען זיך אַלץ מער און מער פון קולטורעלער פאַרשקלאַפונג און טרעטן אַרויס מיט ברייטע שריט אויפן וועגן פון נאַציאָנאַלן שאַפן“ (באָראָכאָוו 1913א: 5; וועגן באָראָכאָוון זע אויך כץ 1980; 2008; צו דער געשיכטע פון דער יידישער לינגוויסטיק: מאַקס וויינרייך 1923ב; 1940; אַלטהטוס 1972; כץ 1986; 1996).

       אין זיין צווייטער פּיאָנערישער אַרבעט, וואָס איז אויך דערשינען אין ש. ניגערס ווילנער פּנקס, האָט באָראָכאָוו אַפילו אַריינגענומען אַן אָפּטיילונג „סענסאַציאָנעלע שריפטן וועגן יידיש⸗טייטש“ אַוואו ס′גייען אַריין פאַרשיידענע ביכער וואָס האָבן אין משך פון צוויי הונדערט יאָר (פון אָנהייב אַכצעטן ביזן אָנהייב צוואַנציקסטן יאָרהונדערט) פאַרוויילט דעם דייטשישן לייענער מיט די סענסאַציעס מכח דער יידישער שפּראַך (באָראָכאָוו 1913ב: II§).  

       אין חדש תחת השמש? ניין ― אַנדערע צייטן און לענדער, אַנדערע סענסאַציעס.

       יידיש האָט געטראָפן דער חורבן, דער גענאָציד וואָס האָט אויסגעקוילעט די יידיש ריידנדיקע באַפעלקערונג אין די לענדער פון מזרח אייראָפּע און בטבע טראָגט דער היינטיקער סענסאַציאָנאַליזם גאָר אַן אַנדער כאַראַקטער.

       צודערצו זיינען אין געוויסע הויפּט⸗שטראָמיקע קרייזן (דער עיקר יידן) ביי היינטיקן טאָג ווידער אויסגעוואַקסן אַלערלייאיקע קאָמפּלעקסן און מעלאַנכאָליעס אַרום יידיש. הונדערט⸗איין יאָר נאָך באָראָכאָווס ווערטער, שילדערט מען דעם מעמד פון יידיש מיט אַנאַלאָגיעס פון פאַרגוואַלדיקונג פון אייגענע קינדער און פון היטלערס בוך. אַז אָך און אַז וויי. צי וואָלט עמעצן פון די לייענער פונעם נייעם אַרטיקל איינגעפאַלן, אַז מאַקס וויינרייכס ווילנער ייוואָ האָט אַרויסגעגעבן פּרעכטיקע פאָרשונגסבענד אויפן ניוואָ פון די אַרומיקע מלוכה שפּראַכן?

       אָט לאָמיר פון וויזועלן דוגמא⸗וועגן אַ קוק טאָן אַ מוסטער: די ערשטע זייט פונעם אינהאַלט פון צווייטן באַנד פון די פילאָלאָגישע שריפטן, וואָס דער ייוואָ האָט אַרויסגעלאָזן אין 1928 דאָ אין ווילנע, וואו מען טרעפט די פּרטים פון די ערשטע פיר⸗און⸗דרייסיק וויסנשאַפטלעכע אַרבעטן אויף יידיש, וואָס גייען אַריין אין דעם באַנד, וועלכן עס האָבן רעדאַגירט מאַקס וויינרייך און זלמן רייזען  (= וויינרייך און רייזען 1928).

DH FS 1928 contents page 2

       דאָס הייסט ניט, אַז די מחברטע האָט בדעה געהאַט וואָס ניט איז שלעכטס. אַ זשורנאַליסט זוכט סענסאַציעס ווי אַ הונגעריקער אַן אָקרייציקל ברויט. און למען האמת: אין אַרטיקל ווערן געשילדערט אַ גאַנצע ריי טשיקאַווע יידישע ווערטער און קלאַנגען וואָס אַרום זיי האָבן זיך געאַמפּערט יידישע לינגוויסטן, און וואָס באַטיאַ אונגאַר⸗סאַרגאָן ברענגט צום ערשטן מאָל אויף ענגליש, מיט אַ סך טאַלאַנט, פאַר אַן ענגלישער לייענערשאַפט, מיט מאַפּעס און מיט קאַריקאַטורן פון די אָנטיילנעמער (ואני הקטן בתוכם), וואָס זיינען געמאַכט מיט פּראָפעסיאָנאַליזם און אַ גוטן חוש, איז אַ יישר⸗כח.[1]

       איז אפשר נאָכמער אַ שאָד, וואָס די טעמע אַרום דער ירידה פון ערנסטע שטודיעס פון יידיש אויפן אוניווערסיטעטישן ניוואָ ווערט געשילדערט גלאַט ווי אַ פּועל יוצא פון דער אָדער אַן אַנדער אַמאָליקער פּלוגתא. אַזאַ דערקלערונג, היסטאָריש גערעדט, קען לחלוטין ניט געבן צו פאַרשטיין וואָס האָט פּאַסירט מיט גאַנצע קאַטעדרעס, אָפּטיילונגען און פּראָפעסורן פון יידיש אויף דריי קאָנטינענטן (לפּחות); ס′איז עיקר חסר מן הספר. עס פעלט אינגאַנצן אַ דיסקוסיע וועגן דער נטיה אין טייל ערטער אַוועקשטעלן פּראָפעסאָרן פון יידיש וואָס קענען ניט כדבעי קיין יידיש.

       דער אמת איז אפשר ווייניקער סענסאַציאָנעל. יידיש איז אַלעמאָל געווען אַ שוואַכער אַקאַדעמישער געביט וואָס לאָזט זיך לייכט אויסנוצן פאַר פאַרשיידנאַרטיקע צוועקן, סיי פּערנזעלנעכע און סיי געזעלשאַפטלעכע. טיילמאָל וויל מען פּשוט די פאַראַנענע געלטער אויסנוצן אויף גרעסערע געביטן ווי העברעאיש, תנ″ך, יידישע געשיכטע און אָן אַ שיעור נאָך זאַכן וואָס קענען זייער שטעטל זייער גוט באַשטיין. אַן אַנדערש מאָל זעען זיך שפּורן פון פּונקט אַזעלכע פאָראורטיילן וואָס באָראָכאָוו האָט מיט אַ יאָרהונדערט צוריק געשילדערט: צי פון אַסימילאַטאָרישע אינטעלקטואַלן צי עקסטרעמע העברעאיסטן. היינט קען מען צוגעבן אַ פאָביע צו חרדים און חסידים (ביי וועמען יידיש שפּרודלט אַלס לעבעדיקע משפּחה שפּראַך), די אויסנוצונג פון יידיש פון לינקע קרייזן אין צענטראַל אייראָפּע און דורך רעכטע נאַציאָנאַליסטישע קרייזן אין מזרח אייראָפּע. אין אָט דער לעצט⸗דערמאָנטער פּרשה איז טיף פאַרוויקלט געוואָרן דער איצטיקער ניו⸗יאָרקער ייוואָ, אָנשטאָט אויספילן זיין מיסיע לטובת יידיש. דאָס איז אַ טראַגעדיע, ווייל דער ייוואָ איז געשאַפן געוואָרן אויף צו זיין דער צענטער פון דער הויכער קולטור אויף, וועגן און פאַר יידיש. הלוואי וועט ער זיך אומקערן צו זיין היסטאָרישן און אייגנאַרטיקן ציל, וואָס ווערט ניט אויסגעפירט דורך אַוועלכער ניט איז אַנדער אינסטיטוציע.

       דער צד השווה ביי זיי אַלעמען איז אַ דוחק אין דרץ ארץ צו יידיש און צו די גרויסע געלערנטע אויפן געביט, מיט מאַקס וויינרייכן בראש. דאָס איז אפשר מער אַ סימפּטאָם איידער אַ גורם. אַ סימפּטאָם פון וואָס? פון קוקן אויף יידיש ווי אַ שפּילעכל צו דרויסנדיקע צוועקן און ניט ווי אַן און פאַר זיך.

       דאָס וואָס מיר וועלן קיינמאָל ניט וויסן אויף זיכער אַלצדינג וואָס האָט צו טאָן מיטן אורשפּרונג פון יידיש (דער הויפּט⸗קאָפּ פון נייעם אַרטיקל), איז גאָרניט קיין חסרון וואָס מען דאַרף גיין זוכן שולדיקע און חוטאים⸗בייגל.

       די אַקאַדעמישע ירידה דארף ניט דינען אויף צו שעפּן פונדערפון אַ שאַלקהאַפטיקע שאָדנפרייד. 

      הלוואי זאָל די אמתע פאַרטיפונג אין דער פאָרשונג פון יידיש, און אמתע פאַרטיפטע קענטעניש פון דער שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור גופא ווידעראַמאָל אויפבליען אין אינסטוציעס פון העכערער בילדונג. און דערוויילע, זאָלן יחידים אויפטאָן דאָס ביסל וואָס לאָזט זיך. און פארשטייט זיך: די וואָס זיינען געבענטשט מיט אוניווערסיטעטישע שטעלעס אויפן געביט פון יידיש זאָלן מקיים זיין זייער הייליקע שליחות מיט אחריותפולער איבערגעגעבנקייט, סיי צו דער זאַך סיי צום תלמיד.

       דער לאָנדאָנער יידישער פּאָעט אברהם⸗נחום שטענצל (1897 − 1983), אַ יליד טשעלאַדזש (ניט ווייט פון טשענסטאָכאָוו, פּוילן), פלעגט אין זיין באַליבטער קאַפע אין ווייטשעפּל אָפט אַ זאָג טאָן: „איך אַליין האָב נישט קיין מורא פאַר דער צוקונפט. יידיש איז אַזוי שיין און פאַרכאַפּנדיק מיט אַזויפיל מיסטעריעס, רזין דרזין, אַז טאָמער טוט מען זי אַרויסוואַרפן וועט זי עמעצער קומען און אויפהייבן.“


 [1] אגב: יעטווידער פּרואוו אויף פּאָפּולאַריזאַציע פון לאַנגע און אַלטע אַקאַדעמישע שקלא⸗וטריאס, אַפילו ווען אַזעלכע פּרואוון זיינען ברייט גערעדט געלונגען, זיינען עלול מגזם צו זיין די יחידישע פאָרשערישע פּאָזיציעס, אָפטמאָל בכדי באַטאָנען חילוקי דעות וואָס זיינען פאַקטיש צומאָל ווייניקער אָפּגעטיילט, ווייניקער פּרטימדיק אין פאָרשערישן תחום גופא. איינע פון די אומפּינקטלעכקייטן וואָס שייך די אייגענע אַמאָליקע שריפטן: איך האָב קיינמאָל ניט געטענהט, אַז איך ווייס, אַז אין רעגנסבורג האָט אַמאָל עקזיסטירט אַן אַראַמיש ריידנדיקער יידישער ישוב.

וואָס יאָ פּאָסטולירט?

(א) נאָכגייענדיק מיזעס, פישער, קינג א.א. אַז באַגלייבטע גערמאַניסטישע פאָרשונג ווייזט אויף אַ דאָנייאישן מקור פון דייטשישן קאָמפּאָנענט פון יידיש, ניט קיין ריינישן;

(ב) אַז רעגנסבורג איז בשעתה געשטאַנען אַלס יידישער צענטער אין די שייכותדיקע דורות (נעמענדיק אין אַכט אויך אַנדערע שטעט, בתוכם ראָטנבורג און נירנבורג);

(ג) אַז דער סעמיטישער קאָמפּאָנענט אין יידיש שטאַמט ניט פון תנ″כישן העברעאיש נאָר פון יידישן אַראַמיש, אין וועלכן ס′איז געווען אַ בולטער העברעאישער קאָמפּאָנענט;

(ד) אַז ער איז אַריין אין יידיש דער עיקר דורך לינגוויסטישער ירושה אין לשון שבעל⸗פּה, ניט פון הייליקע טעקסטן שפּעטער⸗צו.

פון (א), (ב), (ג) און (ד) איז אָבער פונדעסטוועגן לחלוטין ניט געדרונגען קיין „ה“, וואָס פּאָסטולירט אין רעגנסבורג גופא אַן אַראַמיש⸗ריידנדיקן יידישן ישוב דווקא. פאַרקערט, איך בין זיך אַלע מיינע יאָרן מודה ומתוודה אַז זייער אַ סך וועגן אורשפּרונג און וועגן דער אור⸗תקופה פון יידיש ווייסן מיר קיינער ניט. טאַקע צוליב די פאַרכישופנדיקע מיסטעריעס אין דער געשיכטע עקזיסטירט ווייטער די פאָרשונג, און מען דאַרף זיך היטן ניט ציען קיין מסקנות בשם אמרו, ווען דער בשם אמרו האָט אַזוינס קיינמאָל ניט געזאָגט. מעטאָדאָלאָגיש גערעדט, איז דאָס אַן אָפטער פעלער ביים שילדערן אַקאַדעמישע דיסקוסיעס ווייל מען וויל פאַר די אויגן זען אַ מאַקסימאַל בולטן ווידעראַנאַנד.

אַן אגב צום אגב: די ערנסטע, תוכיק אינטערעסאַנטע חילוקי דעות אויפן געביט שאַפן גאָרניט קיין קליינלעכע רייסערייען, ווי עס ווערט למשל געשאַפן פון פאַלשע רעצענזיעס איבער ביכער צי פון קאַמפּאַניעס פון פּערזענלעכער אַראָפּרייסונג מיט וועלכע עס קען אָנפירן אַ מחנה מיט גאָרגלשניידער.  ביי ערנסטע געלערנטע זיינען די פאַרשידנאַרטיקע  ג ע ד אַ נ ק ע ן  אין דער געשיכטע פון יידיש ניט גורם קיין שנאה. נאָר וואָדען, דער דוחק אין אַזאַ שנאה איז זשורנאַליסטיש ניט אַזוי פּראָדוקטיוו ווי סענסאַציעס, מלחמות פון גוג און מגוג, און גלאַט נפלאות.

 ◊

ב י ב ל י אָ ג ר אַ פ י ע

אונגאַר⸗סאַרגאָן, באַטיאַ

2014

Batya Ungar-Sargon, “The Mystery of the Origins of Yiddish will Never be Solved. How an academic field ― marked by petty fighting, misguided ideological debates, and personal proximity to tragedy ― doomed itself” in Tablet. 

http://www.tabletmag.com/jewish-arts-and-culture/books/176580/yiddishland?all=1; as PDF.

אַלטהאַוס, האַנס פּעטער

1972

Hans Peter Althaus, “Yiddish” in Thomas A. Sebeok (ed), Current Trends in Linguistics, vol 9: Linguistics in Western Europe, Mouton: The Hague & Paris, 1345-1382.

באָראָכאָוו, בער

1913א

„די אויפגאַבן פון דער יידישער פילאָלאָגיע“ אין ניגער 1913: 1  –  22.

1913ב

„די ביבליאָטעק פונעם יידישן פילאָלאָג“ אין ניגער 1913: 1  – 68 [באַזונדערע נומערירונג פון די זייטלעך צום סוף פונעם באַנד].

ביידער, אלכסנדר

2013

Alexander Beider, “Reapplying the Language Tree Model in the History of Yiddish” in Journal of Jewish Languages 1: 77-121.

בירנבוים, שלמה

1918

Salomo A. Birnbaum, Praktische Grammatik der jiddischen Sprache für den Selbstunterricht. Mit Lesestücken und einem Wőrterbuch, A. Hartleben: Wien & Leipzig.

1979

Solomon A. Birnbaum, Yiddish. A Survey and a Grammar, Manchester University Press: Manchester & University of Toronto Press: Toronto.

בן⸗אבו, יצחק און סערמאָנעטאַ, יוסף

1985

Isaac Ben-Abu & Joseph Semoneta (eds), Judeo-Romance Languages, Hebrew University: Jerusalem.

געלבער, מאַרק

1986

Mark H. Gelber (ed), Identity and Ethos. A Festschrift for Sol Liptzin on the Occasion of his 85th Birthday, Peter Lang: New York.

דאַווידאָוויטש, לוסי [ליבעלע שילדקרעט] א.א.

1964

Lucy S. Dawidowicz, Alexander Erlich, Rachel Erlich, Joshua A. Fishman (organizing committee), For Max Weinreich on his Seventieth Birthday. Studies in Jewish Languages, Literature, and Society.  Mouton & Co: The Hague.

דייוויס, משה

1953

Moshe Davis (ed), Mordecai M. Kaplan Jubilee Volume on the Occasion of his Seventieth Birthday, Jewish Theological Seminary of America: New York.

העגעדיס, אירען; מיכאַלאָווע, פּעטער; מאַנאַסטער ראַמער, אַלעקסיס

1997

Irén Hegedus, Peter A. Michalove & Alexis Manaster Ramer (eds), Indo-European, Nostratic, and Beyond: Festschrift for Vitalij V. Shevoroshkin, Institute for the Study of Man: Washington DC.

וואודוואָרטה, שערי

2013

“Dr. Cherie Kartchner Woodworth” [obituary] in The News Review, 28 August 2013.

http://www.news-ridgecrest.com/news/story.pl?id=0000001593

2014

Cherie Woodworth, “Where did Yiddish come from?” in Tablet, 16 June 2014.

Where Did Yiddish Come From?

וויינרייך, אוריאל

1954

(ed) The Field of Yiddish. Studies in Yiddish Language, Folklore, and Literature [=Publications of the Linguistic Circle of New York, 5], Linguistic Circle of New York: New York.

וויינרייך, מאַקס

1923(א)

שטאַפּלען. פיר עטיודן צו דער יידישער שפּראַך⸗וויסנשאַפט און ליטעראַטור⸗געשיכטע, וואָסטאָק: בערלין.

1923(ב)

Max Weinreich, Geschichte und gegenwärtiger Stand der jiddischen Sprachforschung. Inaugural-Dissertation zur Erlangung der Doktorwürde einer hohen philosophischen Fakultät der Philipps-Universität zu Marburg.

1936

“Form versus Psychic Function in Yiddish” in Schindler & Marmorstein 1936: 532-538.

1940

„יידישע פילאָלאָגיע“ אין אַלגעמיינע ענציקלאָפּעדיע. יידן ב, דובנאָוו פאָנד: פּאַריז, זז. 101 – 108.

1953

Yidishkayt and Yiddish. On the Impact of Religion on Language in Ashkenazic Jewry” in Davis 1953: 481-514.

1954

“Prehistory and Early History of Yiddish” in Uriel Weinreich 1954:  73-101.

1959

“History of the Yiddish Language. The Problems and their Implications” in Proceedings of the American Philosophical Society (Philadelphia), 103: 563-570.

1967

“The Reality of Jewishness versus the Ghetto Myth. The Sociolinguistic Roots of Yiddish” in To Honor Roman Jakboson. Essays on the Occasion of his Seventieth Birthday, 3: 2199-2211.

1973

געשיכטע פון דער יידישער שפּראַך. באַגריפן, פאַקטן, מעטאָדן, פיר בענד, יידישער וויסנשאַפטלעכער אינסטיטוט — ייוואָ : ניו⸗יאָרק.

1980

History of the Yiddish LanguageTranslated by Shlomo Noble. With the assistance of Joshua A. Fishman, University of Chicago Press: Chicago & London.

2008

History of the Yiddish Language. Edited by Paul Glasser. Translated by Shlomo Noble with the assistance of Joshua A. Fshman, 2 vols, Yivo: New York & Yale University Press: New Haven & London.

וויינרייך, מאקס; רייזען, זלמן

1928

(רעדאַקטאָרן), פילאָלאָגישע שריפטן, צווייטער באַנד [= שריפטן פון יידישן וויסנשאַפטלעכן אינסטיטוט, 2], ווילנער פאַרלאַג פון ב. קלעצקין: ווילנע.

וויינרייך, מאקס; רייזען, זלמן; ברוידע, חיים

(רעדאַקטאָרן), די ערשטע יידישע שפּראַך קאָנפערענץ. באַריכטן, דאָקומענטן, און אָפּקלאַנגען פון דער טשערנאָוויצער קאָנפערענץ 1908, יידישער וויסנשאַפטלעכער אינסטיטוט: ווילנע.

זיסקינד, נתן

1953

„באַטראַכטונגען וועגן דער געשיכטע פון יידיש“ אין יידישע שפּראַך 13: 97 – 108 [אויך אין מאַרק 1958: 146 – 157].

יאָפע, יודאַ אַ.

1954

“Dating the Origin of Yiddish Dialects” in Uriel Weinreich 1954: 102-121.

כהן, לייבל

1964

„ביבליאָגראַפיע פון מאַקס וויינרייכס ווערק“ אין דאַווידאָוויטש א.א. 1964: רכו-רמד (287  –  305).

כ″ץ [\קאַץ], הירשע⸗דוד

1975

„פון אַראַמיש ביז יידיש“, זמן⸗אַרבעט פאַרן קורס פון יידישער לינגוויסטיק אָנגעפירט פון פּראָפעסאָר מיכל הערצאָג, קאָלאָמביע אוניווערסיטעט, ניו⸗יאָרק.

1980

Dovid Katz, “Ber Borokhov, Pioneer of Yiddish Linguistics” in Jewish Frontier, 47.6 (506): 10-20.

http://www.dovidkatz.net/dovid/PDFLinguistics/1980-Ber%20Borokhov.pdf

1982א

Explorations in the History of the Semitic Component in Yiddish, 2 vols, University of London PhD. http://dovidkatz.net/dovid/PDFLinguistics/1982.pdf

1982ב

“The Theory of Yiddish and the Max Weinreich Heritage” in Jewish Frontier, 49.4: 15-24.

http://defendinghistory.com/wp-content/uploads/2014/07/Katz_TheoryYiddishWeinrich_1982-1.pdf

1985

“Hebrew, Aramaic and the Rise of Yiddish” in Fishman 1985: 85-103.

http://www.dovidkatz.net/dovid/PDFLinguistics/1985.pdf

1986

“On Yiddish, In Yiddish and For Yiddish: Five Hundred Years of Yiddish Scholarship” in Gelber 1986: 23-36.

1987א

“The Proto Dialectology of Ashkenaz” in Katz 1987b: 47-60.

http://dovidkatz.net/dovid/PDFLinguistics/1987.pdf

1987ב

(ed), Origins of the Yiddish Language [= Winter Studies in Yiddish, 1], Pergamon: Oxford.

1987ג

Grammar of the Yiddish Language, Duckworth: London.

1991א

 „דער סעמיטישער חלק אין יידיש: אַ ירושה פון קדמונים“ אין אָקספאָרדער יידיש 2: 17  –  95.

http://dovidkatz.net/dovid/PDFLinguistics/1991a.pdf

1991ב

“The Children of Heth and the Ego of Linguistics. A Story of Seven Yiddish Mergers” in Transactions of the Philological Society 89.1: 95-121.

http://www.dovidkatz.net/dovid/PDFLinguistics/1991b.pdf

1991ג

 “A Late Twentieth Century Case of katóves” in Kerler 1991: 141-163.

http://dovidkatz.net/dovid/PDFLinguistics/1991aa.pdf

1993

תקני תקנות. פראַגן פון יידישער סטיליסטיק, פאַרלאַג אָקספאָרדער יידיש: אָקספאָרד.

http://www.dovidkatz.net/dovid/PDFStylistics/1993.pdf

1996

„צוועלף שיטות, זעקס הונדערט יאָר: די יידישע לינגוויסטיק“ אין ירושלימער אַלמאַנאַך, באַנד 25: זז. 257-225.

2007

Words on Fire: The Unfinished Story of Yiddish, Basic Books: New York.

2008

“Borokhov, Ber” in The Yivo Encyclopedia of Jews in Eastern Europe, Yivo: New York & Yale University Press: New Haven, vol. 1: 218-219.

http://www.yivoencyclopedia.org/article.aspx/Borokhov_Ber

2013

„צו דער מעטאָדאָלאָגיע פון דער היסטאָרישער יידישער לינגוויסטיק. אַן ענטפער אויף אלכסנדר ביידערס (2013) אַרטיקל וועגן דער געשיכטע פון יידיש“ אין DefendingHistory.com. 

On Methodology in Historical Yiddish Linguistics

מאַנאַסטער ראַמער, אַלעקסיס

1997

Alexis Manaster Ramer, “The Polygenesis of Western Yiddish — and the Monogenesis of Yiddish” in Hegedus, Michalove & Manaster Ramer 1997: 206-232.

מאַרק, יודל

1958

(רעד) יודאַ אַ יאָפע בוך, יידישער וויסנשאַפטלעכער אינסטיטוט — ייוואָ: ניו⸗יאָרק.

מאַרשאַן [מאַרטשענד], דזשיימס

1960

James W. Marchand, “Three Basic Problems in the Investigation of Early Yiddish” in Orbis (Louvain), 9: 34-41.

1965

“The Origin of Yiddish” in Communications et Rapports du Premier Congrès Internationale de Dialektologie générale, Troisième partie, Centre International de Dialectologie Générale: Louvain, 248-252.

מיזעס, מאַטיאַס [מיזיש, מתתיהו]

1907

„בזכות השפה היהודית“ אין העולם (קעלן): 1: 269 – 270, 281 – 283.

1908

„מתתיהו מיזעסעס רעפעראַט וועגן דער יידישער שפּראַך“ אין וויינרייך, רייזען און ברוידע 1931: 193-143.

1915

Matthias Mieses, Die Entstehungsurache der jüdischen Dialekte, R. Lőwit: Wien.

ניגער, ש.

1913

 (רעד.), דער פּנקס. יאָרבוך פאַר דער געשיכטע פון דער יידישער ליטעראַטור און שפּראַך, פאַר פאָלקלאָר, קריטיק און ביבליאָגראַפיע, ב. א. קלעצקין: ווילנע.

סלאָבאָדיאַנסקי, פּאַוולאָ [פּאַוועל]

1987

Pavel Slobodjans’kyj [= Paul Wexler], review of Benabu & Sermoneta (1985) in Zeitschrift für romanische Philologie, 103(5/6): 522-526.

1988

Pavlo Slobodjans’kyj [= Paul Wexler], review of Katz 1987b in Language 64: 761-766.

פּרילוצקי, נח

1917

באַרג אַרויף [= נח פּרילוצקיס כתבים, 1], נייער פאַרלאַג: וואַרשע.

פאַן סטראַטען, ייץ

2011

Jits van Straten, The Origins of Ashkenazi Jewry. The Controversy Unraveled, Walter de Gruyter: New York.

פישמאַן, שיקל

1985

Joshua A. Fishman (ed), Readings in the Sociology of Jewish Languages, E.J. Brill: Leiden.

קינג, ראָבערט ד.

1979

Robert D. King, “New Perspectives on the History of Yiddish: The Evidence of the German Component”, paper placed before the [First] International Conference on Research in Yiddish Language and Literature at Oxford, 6-9 August 1979.

קערלער, דוב⸗בער

1991

Dov-Ber Kerler (ed), History of Yiddish Studies [= Winter Studies in Yiddish, 3], Harwood Academic Publishers & Oxford Centre for Postgraduate Hebrew Studies: Oxford.

שטאַמפּפער, שאול

2014

Shaul Stampfer, [review of van Straten 2011] in East European Jewish Affairs, 44.1: 125-131.

שינדלער, ב. און מאַרמאָרשטיין, א.

1936

Schindler, B. & Marmorstein, A. (eds), Occident and Orient. Being Studies in Semitic Philology and Literature, Jewish History and Philosophy and Folklore in the Widest Sense. In Honour of Haham Dr. M. Gaster’s 80th Birthday. Gaster Anniversary Volume. Taylor’s Foreign Press: London.


דאַנק⸗וואָרט

       אַ יישר⸗כח יאַנקל⸗פּרץ בלום (ניו⸗יאָרק) פאַרן איבערלייענען דעם טעקסט און פאַרן איבערגעבן אַ צאָל תיקונים און וויכטיקע באַמערקונגען. פאַרשטייט זיך, אַז די פולע אחריות פאַר די מיינונגען ווי אויך פאַר שוואַכקייטן און חסרונות וואָס אין דער אַרבעט טראָגט דער מחבר אַליין. 


פאַרעפנטלעכט: פיר⸗און⸗צוואַנציק טעג אין סיוון תשע″ד \ דעם 22טן יוני 2014

לעצטע הגהה: זיבן⸗און⸗צוואַנציק טעג אין סיוון תשע″ד \ דעם 25טן יוני 2014

Comments are closed.