Ecclesiastes 3 in Lithuanian Yiddish

TRANSLATION BY DOVID KATZ

FROM THE LITHUANIAN YIDDISH BIBLE TRANSLATION PROJECT

 


קהלת

ווילנא

תשע″ט

≡≡ פּרק ג ≡≡

(א) צו אַלציקעדינג איז דאָ אַ זמן, און אַ צײַט צו איטלעכן חשק אַוואָס אונטער די הימלען, דהיינו: (ב)

  • אַ צײַט געבאָרן ווערן און אַ צײַט אַף צו שטאַרבן:

  • אַ צײַט אַף פאַרזייען, אַ צײַט אַף אָפּנעמען אָדאָס וואָס מ′האָט פאַרזייט: (ג)

  • אַ צײַט אַף הרגענען און אַ צײַט אַף היילן:

  • אַ צײַט אַף חרוב מאַכן און אַ צײַט אַף אוֹיסבוֹיען: (ד)

  • אַ צײַט אַף וויינען און אַ צײַט אַף לאַכן;

  • אַ צײַט אַף אבילות און אַ צײַט אַף טאַנצן פאַר פרייד: (ה)

  • אַ צײַט אַף שטיינער צעוואַרפן און אַ צײַט אַף שטיינער אופזאַמלען:

  • אַ צײַט אַף אַרומנעמען און אַ צײַט אַף דאַווײַטערן זאַך פון אַרומנעמען: (ו)

  • אַ צײַט אַף אוֹיסזוכן און אַ צײַט אַף אָפּלאָזן:

  • אַ צײַט אַף אופהיטן און אַ צײַט אַף אַוועקוואַרפן: (ז)

  • אַ צײַט אַף צורײַסן און אַ צײַט אַף פאַרנייען:

  • אַ צײַט אַף פאַרשווײַגן און אַ צײַט זאַך צעריידן: (ח)

  • אַ צײַט אַף האָלט האָבן און אַ צײַט אַף פײַנט האָבן:

  • אַ צײַט אַף מלחמה און אַ צײַט אַף שלום: 

(ט) איז אַוואָס טויג עס דען דעמענען, אַוואָס ער האָרעוועט און טוט אופעט? (י) האָב איך אײַנגעזען סאַראַ גורל עס גיט דען אָפּ גאָט די מענטשעלעך זיי אָפּמוטשען מידאַמיט: (יא) פונדעסטוועגן האָט ער עס אַלציקעדינג פאָרט פּראַכטפול געמאַכט, אַ זאַך צו איר צײַט, און אָט אַזאַ מין וועלט באַ זיי אין האַרצן אַרײַנגעגעבן, אַזויאַרומעט, אַז דער מענטשט קען קין טאָלק ניט דאַגיין, די מעשים וואָס גאָט האָט געמאַכט, ניט פון אָנהייב ניט פון סוף.

(יב) בין איך געוואָר געוואָרן, אַז די איינציקע גוטיקײַט איז באַ זיי — פרייען זאַך, און הנאה האָבן בשעת ווען מ′לעבט: (יג) נאָכמער, אַז דער גאַנצער מענטש, אַז ער עסט אָפּעט און טרינקט אָפּעט און האָט הנאה פון די גאַנצע האָרעוואַניע זײַנע, אָדאָס אי′דאָך פון גאָט אַ מתנה: (יד) צודאַצו בין איך געוואָר געוואָרן, אַז אַלציקעדינג אַוואָס גאָט מאַכט, אי′דאָך עס אַף אייביק געמאַכט געוואָרן: אַף עם איז ניטאָ אַוואָס צוצוגעבן, און פון עם איז ניטאָ אַוואָס אַראָפּנעמען — אַז גאָט מאַכט דאָך זײַניקע, בכדי מען זאָל פאַר עם פאָרכצום זײַן:

(טו) אָטאָ דאָסאָ וואָס איז געווען, איז איצטערטאָ אויכעט דאָ, און אָדאָסאָ וואָס′עט זײַן איז שוין אויכעט געווען.

אַז גאָט וועט שוין מאַכן אַוואָס מ′דאַרף:

(טז) נאָכוואָס האָב איך באַ זאַך אין האַרצן אײַנגעזען אַוואָס אונטערן זון: אַז אינעם אָרט פון אַ משפּט אין דאָרטן דאָ שלעכקײַט, און אינעם אָרט פון גערעכטיקײַט איז שוין ווײַטער — שלעכטקײַט: (יז) טו איך אַ זאָג, באַ זאַך אין האַרצן, אַז סײַ דעם צדיק און סײַ דעם רשע וועט דאָך משפּטן גאָט, ווײַלע ס′איז פאַראַן אַ באַשערטע צײַט צו איטלעכן באַגער און איטלעכע געשעעניש: (יח) זאָג איך באַ זיך אין האַרצן: צוליב די פּלאַפּלענישן פון די מענטשעלעך באַלד טוט גאָט זיי אופקלערן, אַז אַליין זײַנען זיי זאַך מערניט בהמות: (יט) ווײַלע דער גורל באַ די מענטשלעך, און אָדאָס וואָס ס′טרעפט אַ בהמה, אַז ס′איז די זעלביקע זאַך באַ זיי, אָט אַזוי ווי דער שטאַרבט אָפּעט, אָט אַזוי שטאַרבט דאָך יענער אויך אָפּעט, אַלע האָבן זיי דעם זעלביקן אָטעם, און די רבותא באַם מענטשן איבער אַ בהמה, איז  — ניטאָ, ווײַלע ס′איז אַלציקעדינג — נאַרישקײַטן: (כ) אַז אַלציקעדינג גייט דאָך אַף אַן איינאיינציקן אָרט: אַלציקעדינג איז פון שטויב געוואָרן, און אַלציקעדינג קערט זאַך אומעט צו די שטויב: (כא) ווער קען דען וויסן צי דער גײַסט וואָס באַם מענטשן גייט אַף אַרופצוצו, און דער גײַסט פון אַ בהמה גייט דען אינדרערד אַראָפּעט:

(כב) אַזויאַרומעט האָב איך אײַנגעזען, אַז בעסער איז ניטאָ איידער אַדאָס, אַז דער מענטש זאָל פרייד האָבן פון די מעשים זײַנע, ווײַלע אָדאָס אי′דאָס די נחלה זײַנע: אַז ווער′עט עם דען גיין באַווײַזן דערײַן אַוואָס′עט דאַנאָכדעם זײַן?


הירשע⸗דוד כ″ץ, ווילנא, ערב חנוכה תשע″ז

Comments are closed.