Forgotten Poem by Hirsh Glik on the Beauty of Nighttime Winter Vilna and its Viliya River (67)

 by Dovid Katz                        Index in English


ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן ס″ז (67)

הירש גליקס אַ ווינטערדיק ליבע⸗ליד צו ווילנע — אין סאָוועטישן „ווילנער עמעס“ אין פעב. 1941


  וועגן דעם באַוואוסטן יונג⸗ווילנער פּאָעט און מיטגרינדער פונעם „יונגוואַלד“, הירש גליק — בײַ ווילנער: הירשקע גליק — האָט מען אַ סך געשריבן, און אין דער גרעסטער מאָס אַדאַנק דעם וואָס זײַן ליד פון ווילנער געטאָ, „זאָג ניט קיינמאָל, אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג“ איז אויף אייביק מגולגל געוואָרן אינעם יידישן פּאַרטיזאַנער⸗הימען. געבאָרן איז הירשקע גליק טאַקע דאָ אין ווילנע, אויף „די ראָגאַטקעס“ אויף קליין שניפּישאָק, אין 1922, און אומגעקומען איז ער קעמפנדיק קעגן די נאַציס אין די סאַמע לעצטע טעג פון דער מלחמה אין זומער 1944 (זע אַלעמערשטנס זײַנוול דיאַמאַנטס ביאָגראַפיע אין נײַעם לעקסיקאָן II, נ.י. 1958, זז. 271 – 273, און דעם באַנד לידער און פּאָעמעס וואָס דער ניו⸗יאָרקער איקוף האָט אין 1953 אַרויסגעלאָזן מיט אַן הקדמה פון נחמן מייזיל. וועגן דער מוזיק וואָס איז צוגעפּאַסט געוואָרן דעם הימען „זאָג ניט קיינמאָל“ האָבן מיר די רעקאָרדירטע זכרונות פון זײַן מיטקעמפערין אין ווילנער געטאָ, אונדזער טײַערע רחל מַרְגָלִית ע″ה.

  אין ווילנע האָט זיך גראַדע הײַנט אָפּגעזוכט הירשקע גליקס אַ ליד, „יום⸗טוב“, אַ ליבע⸗ליד, קען מען זאָגן, צו דער שיינקײַט פון דער ווינטערדיקער ווילנע. עס איז געדרוקט געוואָרן מיט 77 יאָר צוריק, שיער ניט פּינקטלעך — אינעם ווילנער עמעס, די סאָוועטיש⸗קאָמוניסטישע מלוכהשע טאָג⸗צײַטונג, אינעם נומער פון פרײַטיק דעם 7טן פעברואַר 1941. דער נומער, אַזוי ווי אַלע נומערן, איז אַ סטאַליניסטישער פּראָפּאַגאַנדע בלאַט, וואָס איז אַזוי מיאוס געקומען מיט רעגירונגס⸗צוואַנג אויפן אָרט פון דער וואונדערלעכער, פרײַער, פאַרשיידנאַרטיקער ווילנער יידישער פּּרעסע וואָס האָט געבליט אין די יאָרן פון דער פּוילישער געוועלטיקונג (1920 – 1939) און אויך אונטער דער קורצער ליטווישער תקופה פון אָקט. 1939 ביז יוני פון 1940טן יאָר, ווען ליטע איז דורך צוואַנג סאָוועטיזירט געוואָרן. 

  אין אַ סך נומערן פון ווילנער עמעס טרעפט מען פאָרט דאָ און דאָרטן איינצלנע שפּורן פון דער אמתער ווילנע, פאַר דעם אַליין וואָס די באַלעטאַבישאַפט האָט פאַרשטאַנען אַז דאָס איז נייטיק אויף ווירקן, אַז עמעצער אַ ייד זאָלן בכלל וועלן אַ קוק טאָן די צײַטונג, מה⸗דאָך אַפילו די סטאַלין רעזשים האָט קאַם געקענט צווינגען אַ מענטשן טאַקע  ל י י ע נ ע ן  דעם טעגלעכן בלאַט אין שטאָט.

  הירש גליקס ליד, „יום⸗טוב“ (אין ווילנער עמעס געשריבן „יאָנטעוו“, געוויינלעך, לויט דער סאָוועטישער אָרטאָגראַפיע), טרעפט מען אגב ניט אין מייזילס ניו⸗יאָרקער באַנד פון גליקס לידער פון 1953, אויך ניט אין שמואל ראָזשאַנסקיס ווילנע אין דער יידישער ליטעראַטור (באַנד 84 פון זײַנע מוסטערוועק, בוענאָס אײַרעס 1980).

  דער יידישער ליטעראַטור פאָרשונג פון צוואַנציקסטן יאָרהונדערט איז גוט באַקאַנט דער באַגריף: „רויטע עקן“, די צומאָל מינימאַלע (צומאָל ניט מינימאַלע!) צוטשעפּעניש צו אַ ליד אָדער דערציילונג  ע פּ ע ס  וואָס⸗ניט⸗איז קאָמוניסטיש אָדער גלאַט לויבנדיק דעם סאָוועטנפאַרבאַנד. ווען⸗ניט⸗ווען קען דאָס זײַן מערניט אַ פּשוטע — ליטעראַריש גערעדט — „ליידיקע דערמאָנונג“ וואָס איז ליטעראַריש (עסטעטיש, ריטמיש, נאַראַטיוו, אַסאָציאַטיוו וכו′) ניט מעלה און ניט מוריד. נאָכמער: מ′טרעפט ניט זעלטן, אַז אַ מחבר וואָס שרײַבט ניט וועגן פּאָליטיק (אומאָפּהענגיק פון דער פּערזענלעכער פּאָליטישער נייגונג אין אַ וועלכער ניט איז צײַט) וואָס דאַרף כאָטש אַן איינאיינציקן רויטן עק פון יוצא וועגן, אויף פאַרעפנטלעכט צו ווערן, זאָל זיך דווקא סטאַרען עפּעס וואָס צוקלעפּן וואָס שטערט גאָר ניט דעם מהות פונעם ווערק. אין גליקס ליד גייט די רייד דאָ, פאַרשטייט זיך, וועגן וואָרט „רויטאַרמייער“ אין דער צווייטער שורה פון דער צווייטער סטראָפע:

  • אַ שומר מיט אַ בלאָען בליק —
  • איז דער רויטאַרמייער, אַפן בריק
  • וואָס וואַכט.
  • עס קומט דער טאָג אַף בלאָע קריעס.
  • רײַבט דער שומר אויס די וויעס
  • און טרייסלט פונעם פּעלץ אַראָפּ די נאַכט.

  באַקומט זיך, אַ לחלוטין אומפּאָליטישער פּאָעטישער קאָנטראַסט לויטן סענדוויטשדיקן פאָרמל פון אַרומרינגלונג מצד אַן עסטעטישן קאָנטראַסטירנדיקן יש. דהיינו, דעם ר ו י טאַרמייער כאילו דאָ וואָלט גיין אין קאָליר פון מונדיר, טרעפט מען צווישן דעם ב ל אָען בליק און די ב ל אָ ע קריעס (שטיקער אײַז וואָס פליסן אויף דער וויליע). פאַראַן אין ליד נאָך אַנדערע אָנווענדונגען פון רויט און פון בלאָ, אַ סברא, אַז אַזויאַרומעט ווערט ווײַטער פאַרוואַסערט נעבעך די רויטקײַט פונעם שומר (דווקא „שומר“, ניט „וועכטער“…) דעם רויטאַרמייער.

  ספּעציאַליסטן וועלן קענען אויך באַטראַכטן די לעצטע שורה פון ליד, וואו דאָס וואָרט „לאַנד“ פּאַסט זיך גאַנץ פּשוט מיט דער ליבשאַפט צו דער וויליע און צו דער שטאָט ווילנע — איר לאַנדשאַפט; צי — אַ קשיא אויף אַ מעשה, אפשר ווערט גאָר בשעת מעשה אָפנגעלאָזן די טיר צום אויסטײַטש, אָז דאָ גייט אין סאָוועטנלאַנד, אין וועלכן ווילנע איז אַרײַנגענומען געוואָרן ערשט דעם פריערדיקן זומער. אונדז דאַכט אַז דאָס איז שוואַכלעך געדרשענט, מחמת דער גאַנצער  י ו ם ⸗ ט ו ב  דאָ איז די שיער ניט קולבאַקישע פראָסטיק⸗נאַכטיקע מיסטישע פּראַכט פון ירושלים דליטא. אין אָט דער ראַם פון אַ פּאָעטיש⸗ראָמאַנטישן אהבת ווילנע קען מען אַפילו קומען מיט אָט אַזאַ מין תירוץ: די יידישע אייביקײַט פון דער שטאָטישער נשמה נעמט אַרײַנעט אַ פרעמדן נאַכט⸗שומר פון דער מלוכה, אַ כפּרה צי ער איז אין אַ געוויסן דור אַ זעלנער אין די חיילות פון די צאַרן, די פּאָלאַקן, די סאָוועטן, די ליטווינער צי אין אַן אַנדער מלכות דאָ אויף דער וועלט.

  קוקנדיק אויף צוריק, איז שווער ניט צו דערמאָנען אַז געדרוקט איז דאָס ליד פיר⸗אַ⸗האַלבע חדשים פאַר דער היטלערישער אינוואַזיע, אין וואָך פון 22טן יוני 1941, ווען עס האָט זיך פאַראיינוועגס פאַרלאָפן דער ערשטער גרויזאַמער קאַפּיטל פון חורבן ווילנע.

  אָט איז דער טעקסט פון ליד, מיט אונדזער אָרטאָגראַפיע, מערניט מיר לאָזן דאָ איבער „אַף“ (אָנשטאָט „אויף“), דער לייענער זאָל ניט אַרײַנפאַלן און לייענען טאַקע oyf וואָס איז עלול אַ גרילץ טאָן אין ווילנער אויערן:


הירש גליק

יום⸗טוב

  • דער שניי האָט אויסגעקאַלכט הײַנט מײַן געמיט,
  • שפּאַן איך מיט זינגענדיקע טריט,
  • ווען ס′חלומט נאָך די שטאָט אין זיסן דרימל.
  • די לופט איז מעסער⸗בלאָ ווי שאַרף אין מענטע,
  • צווישן זילבערבערג פלאַטערט דורך אַ בלאָע לענטע —
  • די וויליע. ס′חלומט נאָך די שטאָט אונטער דער בלאָער קאָלדרע פונעם הימל.
  • אַ שומר מיט אַ בלאָען בליק —
  • איז דער רויטאַרמייער, אַפן בריק
  • וואָס וואַכט.
  • עס קומט דער טאָג אַף בלאָע קריעס.
  • רײַבט דער שומר אויס די וויעס
  • און טרייסלט פונעם פּעלץ אַראָפּ די נאַכט.
  • די ביימער זײַנען כלות אין שנייאיקע גירלאַנדן,
  • זיי בייגן זיך אַריבער די זילבערנע ראַנדן
  • צו שפּיגלען זיך אין טײַך.
  • ווער וועט פון אַלעמען דעם רויטן זונאויפגאַנג געפעלן?
  • נאָר ס′קײַקלען פון געלעכטער זיך די וועלן —
  • זיי האַלטן ניט קיין סוד און פּלאַפּלען עס פונאַנדער גלײַך.
  • און אינעם ריטעם פון יום⸗טובדיקע טריט
  • שפּינט זיך מיר אַ ליד,
  • און אַפן זילבערזוניקן וויליע⸗ראַנד
  • פאַרשרײַב איך אין שניי;
  • אָ, וויליע, פון צופיל פרייד טוסטו מיר וויי,
  • ביז ווייטיק פאַרטיף איך מײַן ליבשאַפט צום לאַנד.

די אייבערשטע העלפט פון דער ערשטער זײַט פון אָט דעם נומער פון דער צײַטונג:

די אייבערשטע העלפט פון ז. 3:


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
  • פיר טעג אין אדר תשע″ח \ דעם 19טן פעברואַר 2018

Comments are closed.