‏וועגן נאָמען פון שטעטל שומילינע (Shumíline), וואָס צווישן וויטעבסק און פּאָלאָצק

— פון מיכאל מאַסאַרסקי (ניו⸗יאָרק) —

       איך שרייב װעגן דעם יידישן נאָמען פון אײנעם אַ ישוב אין דער װיטעבסקער גובערניע. עס גײט דאָ די רײד װעגן שטעטל, װאָס געפינט זיך צװישן װיטעבסק און פּאָלאָצק און איז אָנגעװיזן אױף מאַפּעס אינעם אַטלאַס פון ליטווישן יידיש אַלס Shumelíne.

       אין אָט דעם שטעטל איז מיר אױסגעקומען צו זיין אַ סך מאָל, און איך האָב אַפילו געלעבט דאָרטן אַ געװיסע צייט אין די קינדערשע יאָרן. און סיי דאָרטן, סיי אין די אַרומיקע ערטער האָב איך קײנמאָל ניט געהערט, אַז מ′זאָל עס אַרויסריידן מיטן אַקצענט אױפן פאַרלעצטן טראַף און מיטן װאָקאַל “„ע“ אינעם צװײטן. אױף אַלע אָרטיקע לשונות (רוסיש,  װײסרוסיש און יידיש) פלעגט מען אָנרופן דעם שטעטל שיער ניט אױפן זעלבן אופן: Shumílina אָדער Shumíline (פאָנעטיש: šumílinǝ), ד.ה. מיטן אַקצענט אױפן װאָקאַל “„אי”“, וואָס אינעם צװײטן טראַף. די שריפטלעכע פאָרמען דערפון זײנען “Шумилино  (אױף רוסיש), Шуміліна“ (אױף װייסרוסיש) “ און שומילינע (אױף יידיש). ”

       װאָס שייך דעם נוסח פון נאָמען, וואָס מען טרעפט איצט אויף די מאַפּעס, Shumelíne”, שטאַמט דאָס אַפּנים פונעם „געאָגראַפישן װערטערבוך (לעקסיקאָן) פונעם קעניגרייך פּױלן און אַנדערע סלאַװישע לענדער“ (Słownik geograficzny Królestwa Polskiego i innych krajów słowiańskich), באַנד XII, יאָר 1892, ז. 73, װאו עס שטײט געשריבן בזה הלשון:

Szumielino, wś, powiat horodecki, przy linii dr. żel. dynabursko-witebskiej. Na gruntach wsi znajduje się st. dr. żel., zwana Sierocino.

איבערגעזעצט אויף יידיש: „שומיעלינאָ, אַ דאָרף, אויעזד האָראָדאָק, ביי דער אײזנבאַן⸗ליניע דינאַבורג — װיטעבסק. עס געפינט זיך אויפן אָרט פונעם דאָרף די אײזנבאַן⸗סטאַנציע מיטן נאָמען סיראָטינאָ.“

       ‏‏‏קעגן דער השערה, אַז שומילינע האָט אַמאָל געקענט האָבן אַזאַ פּאָלאָניזירטן נאָמען, קען איך אָבער ברענגען אַ פּאָר אַרגומענטן. ‏

       ‏‏‏זעט אױס, אַז ס′רוב ‏פאָנעטיש⸗אַדאַפּטירטע יידישע נוסחאות פון די נעמען פון רײסישע ישובים האָבן זיך אויסגעפורעמט אױפן סמך פון זײערע פאָלקסטימלעך⸗מינדלעכע װאַריאַנטן, װאָס‏ עקזיסטירן אין אָרטיקע דיאַלעקטן פון װײסרוסיש. װי ס′איז באַװאוסט, פאַלט ‏כמעט שטענדיק דער אַקצענט אין פּױלישע װערטער אױפן פאַרלעצטן טראַף,‏ ‏ניט ווי כאַראַקטעריסטיש פאַר די מזרח⸗סלאַװישע שפּראַכן. ‏װאָס שייך „שומילינע“ און די נעמען פון אַנדערע ישובים אין יענע מקומות, װעלכע געהערן צום דריטן מין און ענדיקן זיך מיט ино־ \ іна־ \ ־ינע, האָבן זיי שיער ניט אַלע דעם אַקצענט אױפן לעצטן שורש⸗טראַף‏ און ניט אױף דער ענדונג (סוף⸗טראַף),” אַשטײגער: Sirótino ,Vétrino ,Uzhlyátino ,Yázvino ,Byválino און אַזױ װײטער. ‏גאָר װײניק ישובים דאָרטן (איבערהױפּט, די אַמאָליקע פאָלװאַרקעס און מאַיאָנטיקעס פון פּױלישע פּריצים) טראָגן נאָך אַלץ‏ זײערע אַלטע פּױלישע אָדער פאַרפּױלישטע נעמען, למשל, Teolíno (אַרױסגערעדט ביי די אָרטיקע תושבים Tavalína).

        אין פאַרגלײך מיטן דערבײאיקן „אַלטן“ שטעטל סיראָטינע (אגב, די הײמשטאָט פון מײן טאַטן, ראובן בןאליעזר מאַסאַרסקי), וואָס האָט באַקומען‏ די אַזױ⸗גערופענע „מאַגדעבורג⸗רעכט“ נאָך אין דער „פּױלישער תקופה“, אין 1767, איז שומילינע געװען אַ רעלאַטיװ „יונגער”“ ישוב, אָן קײן שום פּױלישע פאַרבינדונגען. װי אַ קלײן דאָרף איז עס‏ דערמאָנט געװאָרן ‏אין דאָקומענטן ערשט אין דער צװײטער העלפט פונעם 19טן יאָרהונדערט. די אַנטװיקלונג פון אָט דעם ישוב האָט זיך פאַקטיש אָנגעהױבן נאָכדעם, װי מען האָט דאָרטן געבױט אַן אײזנבאַן‏⸗סטאַנציע אין 1866. אין אַ שטעטל מיט אַ היפּש ביסל יידישע תושבים האָט שומילינע זיך פאַרװאַנדלט ערשט אין די סאָװעטישע צײטן, באַזונדערס נאָכן יאָר 1924, װען עס איז געװאָרן דער אַדמיניסטראַטיװער צענטער פון אַ ראַיאָן. ‏


      באַמערקונג פון דער רעדאַקציע: אַ יישר⸗כח פאַר דער אויסבעסערונג וואָס וועט אַריין אין די קומעדיקע נוסחאות פון די מאַפּעס. אגב האָפט מען, אַז מיט דער צייט וועט מען קענען צוגעבן, אויסער דעם וואַריאַנט (אַמאָל צוויי וואַריאַנטן) וואָס מען קען שטעלן אויף דער מאַפּע גופא, אַ רשימה וואַריאַנטן מיט אָנווייזונגען פון וועלכע יחידים און מקומות מען האָט דאָס גענומען. די כוונה אינעם אַטלאַס איז צו באַזירן אַלע אָרט⸗נעמען אויף דעם וואָס מיר האָבן געהערט ביי די אינפאָרמאַנטן גופא בעת די עקספּעדיציעס, ניט פון אַוועלכע ניט איז מקורות שבכתב. אַ צרה נאָר, וואָס אין אַ סך פאַלן איז דער אינפאָרמאַנט ניט פון יענעם שטעטל גופא, נאָר פון דער זעלביקער געגנט אָדער אַפילו נאָר אין זעלביקן לאַנד. אַדאַנק אַזעלכע תיקונים פון פריינדלעכע לייענער איז די מדרגה אַקוראַטקייט לגבי די פאַקטישע אָרטיקע נעמען האָפנטלעך אַ שטייגנדיקע.

       וועגן אומבאַטאָנטן וואָקאַל אין דער ייוואָ טראַנסקריפּציע סיסטעם: אַפילו ווען ער איז נוטה צו i איז מען זיך נוהג צו נוצן דעם e וואָס דאַרף מיט זיך פאָרשטעלן אַ ריי קלאַנגען וואָס גייען אַריין אינעם באַגריף שווא — ǝ. דער מחבר פון תיקון⸗טעות איז אָבער אויך גערעכט, אויב ער איז מרמז אַז ס′איז אפשר פאָרט ניט דער בעסטער אויסוועג, דעמאָלט, אַשטייגער אין אַ סך ליטווישע דיאַלעקטן, וואו ס′איז בפירוש נוטה צו i.


פאַרעפנטלעכט פיר און צוואַנציק טעג אין טבת תשע″ה \ דעם 15טן יאַנואַר 2015.

 

Comments are closed.