1925 Yiddish-Lithuanian Civil Marriage Certificate of Míne Kan and Abromas Simonas Fleišmanas (Avrom-Shímen Fleishman) in Žeimelis (Zeyml)


מוזייעלע פון יידישן לעבן אין דער קאָוונער ליטע
Mažasis žydų gyvenimo tarpukario Lietuvoje muziejus
Mini-Museum of Jewish Life in the Interwar Lithuanian Republic
by Dovid Katz
EXHIBIT № 7
See also: Yiddish Mini-Museum of Old Jewish Vilna

new mini

דער צוויישפּראַכיקער מלוכהשער חתונה צערטיפיקאַט פון מינע כַּן און אברהם שמעון פליישמאַן אין זיימל אין 1925

  דאָס איז דער אָפיציעל⸗מלוכהשער „חתונה⸗שײַן“, אַרויסגעלאָזן פון שייכותדיקן אַמט אין זיימל (איצטער: Žeimelis)  אין דער צפונדיקער ליטע. דער שטעמפּל איז פון אָפיציעלן רב צו די מעטריקעס, די חתימה צודערצו איז פון הרב יעקב ראַפּאָפּאָרט, געשריבן: רפאפורט אויף לשון קודש און Rapoportas אויף ליטוויש; ס′ווערט פון אויבן געגעבן זײַן אויטאָריטעט אויף יידיש: „הרב פון זיימעל מעטריקאַציע פּונקט“, דאַטירט דעם 18טן נאָוועמבער 1925.

   אָטאָ דער „חתונה⸗שײַן“ פון 1925טן יאָר קומט איבערגעבן די פּרטים פון דער חתונה גופא פון מער ווי דרײַ יאָר פריער, פון 22 טעג אין אדר תשפ″ב — דעם 22טן מערץ 1922. די כלה איז די 27⸗יאָריקע מינע כַּן (אויף ליטוויש: Mine Kan), אַ זיימלער שנײַדערקע, די טאָכטער פון שיינע⸗מירע און אהרן. דער חתן איז דער 37⸗יאָריקער אברהם⸗שמעון פליישמאַן, אַ הענדלער פון שטעטעלע ניט ווײַט, ליגעם (געשריבן: ליגאם, איצטער: Lygumai), דער זון פון שמחה און דוד.

   מומחים קענען באַשטעטיקן פון אַוועלכן בנין עס איז די בילד וואָס אין צענטער פון שטעמפּל פון רבנישן מעטקריקאַציע פּונקט — די שטעטלשע שול? אַ מלוכהשער בנין?

building on stamp

   די שרײַבונג „כַן“ [kan] אויף דער כלהס מיידלשער פאַמיליע נאָמען איז אַפּנים דער קלאַסישער כהן, אַרויסגערעדט אויפן ליטווישן שטייגער [kan], ניט  [kéyhen] (עלעהיי  סתם אַ כהן) און אויך ניט [káhan], הגם היסטאָריש גערעדט קען דאָ גיין אין אַ קאָנפלאַציע פון העברעאישן כהן מיטן אַראַמישן כהנא.

   די קעגנאיבערדיקע בלאַנקען, אויף יידיש פון רעכטס און ליטוויש פון לינקס, מיט פולע אויסגעשריבענע ענטפערס אין ביידע לשונות, מיטן נאַציאָנאַלן סימבאָל אויבנאָן און דעם רבס שטעמפּל פון אונטן, ווײַזן אָן אויף אַ פולשטענדיקער געזעלשאַפטלעכער צוויישפּראַכיקײַט, אויף אַ דורכאויסיקן קעגנזײַטיקן דרך⸗ארץ, וואָס איז גראָד אַ זעלטנקײַט, אַפילו אין דער צווישן⸗מלחמהדיקער מזרח אייראָפּע…


◊◊

low res for post


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
  • עלף טעג אין כסלו תשע″ח \ דעם 29טן נאָוועמבער 2017

 

Comments are closed.