אחד מי יודע אויף יידיש


און גאָט איז איינער

  • 1
    און גאָט איז איינער,
    און איינער איז דאָך גאָט,
    און ווײַטער קיינער.
    מַה נְדַבֵּר וּמַה נְסַפֵּר,
    אוי, וויי, ישראליק, פריילעך,
  • ווער קען ריידן און ווער קען ציילן,
    וואָס צוויי באַדײַט?
  • 2
    צוויי זײַנען די לוחות,
    און איינער איז דאָך גאָט,
    און גאָט איז איינער,
    און ווײַטער קיינער.
    מַה נְדַבֵּר וּמַה נְסַפֵּר,
    אוי, וויי, ישראליק, פריילעך,
  • ווער קען ריידן און ווער קען ציילן,
    וואָס דרײַ באַדײַט?
  • 3
    דרײַ זײַנען די אבות,
    צוויי זײַנען די לוחות,
    און איינער איז דאָך גאָט,
    און גאָט איז איינער,
    און ווײַטער קיינער.
    מַה נְדַבֵּר וּמַה נְסַפֵּר,
    אוי, וויי, ישראליק, פריילעך,
  • ווער קען ריידן און ווער קען ציילן,
    וואָס פיר באַדײַט?
  • 4
    פיר זײַנען די נשים,
    דרײַ זײַנען די אבות,
    צוויי זײַנען די לוחות,
    און איינער איז דאָך גאָט,
    און גאָט איז איינער,
    און ווײַטער קיינער.
    מַה נְדַבֵּר וּמַה נְסַפֵּר,
    אוי, וויי, ישראליק, פריילעך
  • ווער קען ריידן און ווער קען ציילן,
    וואָס פינף באַדײַט?
  • 5
    פינף זײַנען די חומשים,
    פיר זײַנען די נשים,
    דרײַ זײַנען די אבות,
    צוויי זײַנען די לוחות,
    און איינער איז דאָך גאָט,
    און גאָט איז איינער,
    און ווײַטער קיינער.
    מַה נְדַבֵּר וּמַה נְסַפֵּר,
    אוי, וויי, ישראליק, פריילעך,
    ווער קען ריידן,
  • ווער קען ריידן ווער קען ציילן,
    וואָס זעקס באַדײַט?
  • 6
    זעקס איז די משנה,
    פינף זײַנען די חומשים,
    פיר זײַנען די נשים,
    דרײַ זײַנען די אבות,
    צוויי זײַנען די לוחות,
  • און איינער איז דאָך גאָט
    און גאָט איז איינער,
    און ווײַטער קיינער.
    מַה נְדַבֵּר וּמַה נְסַפֵּר,
    אוי, וויי, ישראליק, פריילעך,
    ווער קען ריידן,
  • ווער קען ריידן ווער קען ציילן,
    וואָס זיבן באַדײַט?
  • 7
    דער זיבעטער טאָג איז שבת.
    און זעקס איז די משנה,
    פינף זײַנען די חומשים,
    פיר זײַנען די נשים,
    דרײַ זײַנען די אבות,
    צוויי זײַנען די לוחות,
    און איינער איז דאָך גאָט,
    און גאָט איז איינער,
    און ווײַטער קיינער.
    מַה נְדַבֵּר וּמַה נְסַפֵּר,
    אוי, וויי, ישראליק, פריילעך,
  • ווער קען ריידן, ווער קען ציילן,
    וואָס אַכט באַדײַט?
  • 8
    אַכט איז די מילה,
    דער זיבעטער טאָג איז שבת.
    און זעקס איז די משנה,
    פינף זײַנען די חומשים,
    פיר זײַנען די נשים,
    דרײַ זײַנען די אבות,
    צוויי זײַנען די לוחות,
    און איינער איז דאָך גאָט,
    און גאָט איז איינער,
    און ווײַטער קיינער.
    מַה נְדַבֵּר וּמַה נְסַפֵּר,
    אוי, וויי, ישראליק, פריילעך,
  • ווער קען ריידן, ווער קען ציילן,
    וואָס נײַן באַדײַט?
  • 9
    דער נײַנטער חודש איז די געווינערן,
    דער אַכטער טאָג איז מילה,
    דער זיבעטער טאָג איז שבת.
    און זעקס איז די משנה,
    פינף זײַנען די חומשים,
    פיר זײַנען די נשים,
    דרײַ זײַנען די אבות,
    צוויי זײַנען די לוחות,
    און איינער איז דאָך גאָט,
    און גאָט איז איינער,
    און ווײַטער קיינער.
    מַה נְדַבֵּר וּמַה נְסַפֵּר,
    אוי, וויי, ישראליק, פריילעך,
  • ווער קען ריידן, ווער קען ציילן,
    וואָס צען באַדײַט?
  • 10
    צען זײַנען די עשרת הדברות,
    דער נײַנטער חודש איז געווינערן,
    דער אַכטער טאָג איז מילה,
    דער זיבעטער טאָג איז שבת.
    און זעקס איז די משנה,
    פינף זײַנען די חומשים,
    פיר זײַנען די נשים,
    דרײַ זײַנען די אבות,
    צוויי זײַנען די לוחות,
    און איינער איז דאָך גאָט,
    און גאָט איז איינער,
    און ווײַטער קיינער.
    מַה נְדַבֵּר וּמַה נְסַפֵּר,
    אוי, וויי, ישראליק, פריילעך,
  • ווער קען ריידן, ווער קען ציילן,
    וואָס עלף באַדײַט?
  • 11
    עלף זײַנען די שטערן,
    צען זײַנען די עשרת הדברות,
    דער נײַנטער חודש איז געווינערן,
    דער אַכטער טאָג איז מילה,
    דער זיבעטער טאָג איז שבת.
    און זעקס איז די משנה,
    פינף זײַנען די חומשים,
    פיר זײַנען די נשים,
    דרײַ זײַנען די אבות,
    צוויי זײַנען די לוחות,
    און איינער איז דאָך גאָט,
    און גאָט איז איינער,
    און ווײַטער קיינער.
    מַה נְדַבֵּר וּמַה נְסַפֵּר,
    אוי, וויי, ישראליק, פריילעך,
  • ווער קען ריידן, ווער קען ציילן,
    וואָס צוועלף באַדײַט?
  • 12
    צוועלף זײַנען די שבטים,
    עלף זײַנען די שטערן,
    צען זײַנען די עשרת הדברות,
    דער נײַנטער חודש איז געווינערין,
    דער אַכטער טאָג איז מילה,
    דער זיבעטער טאָג איז שבת.
    און זעקס איז די משנה,
    פינף זײַנען די חומשים,
    פיר זײַנען די נשים,
    דרײַ זײַנען די אבות,
    צוויי זײַנען די לוחות,
    און איינער איז דאָך גאָט,
    און גאָט איז איינער,
    און ווײַטער קיינער.
    מַה נְדַבֵּר וּמַה נְסַפֵּר,
    אוי, וויי, ישראליק, פריילעך,
  • ווער קען ריידן, ווער קען ציילן,
    וואָס דרײַצן באַדײַט?
  • 13
    דער דרײַצעטער יאָר איז בר⸗מצווה,
    צוועלף זײַנען די שבטים,
    עלף זײַנען די שטערן,
    צען זײַנען די עשרת הדברות,
    דער נײַנטער חודש איז געווינערין,
    דער אַכטער טאָג איז מילה,
    דער זיבעטער טאָג איז שבת.
    און זעקס איז די משנה,
    פינף זײַנען די חומשים,
    פיר זײַנען די נשים,
  • דרײַ זײַנען די אבות,
  • צוויי זײַנען די לוחות,
  • און איינער איז דאָך גאָט, און גאָט איז איינער,
    און ווײַטער קיינער.

SOURCE: Menke Katz’s Yiddish Song Book, pp. 262-268; pp. 249-258 in the handwritten version. As remembered by the poet from his childhood in Mikháleshik and Svintsyán in the Vilna area

 

 

 

 

Comments are closed.